האד' מבעלזא היינט מוצאי שבת נאך הבדלה

מוצש"ק פ' תרומה ה'תשפ"ג

קול בחצרות – דער וואך שבת איז כ"ק האד' מבעלזא שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד אין מיטגעהאלטן טייל פון די תפילות שבת זייענדיג נאך היבש אפגעשוואכט, נאכן דאווענען פרייטיג צונאכטס איז מען דורך זאגן גוט שבת אין נאכן דורכגיין האט מען געזינגען די זמירות פון פאר קידוש שלום עליכם אין אשת חיל, די סעודת שבת האט די רב געגעסן בביתו נאווה קודש פריוואט מיט די בני המשפחה, שבת אינדערפרי איז דער רב ווידער אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום דאווענען, מנחה האט דער רב געדאווענט מיט א מנין מצומצם בבית נאווה קודש אין דערנאך אריינגעקומען צו שלש סעודות אין גרויסן שטוב, דער רב האט נישט געזאגט קיין תורה אין מכבד געוועהן נכדו הרה"ג רבי שלום רוקח צו מאכן הבדלה

Related posts

ווידיאו • דברים כדרבונות פון הגה"צ רבי סיני הלברשטאם גאב"ד צאנז שיכון ג' ארום דעם "חוק הגיוס שערוריה"

ווידיאו • הגה"צ רבי יוחנן וואנזער ראב"ד סקווירא באזוכט ביי מחותנו האד' מקאפיטשניץ

ווידיאו • האד' מוויזניץ לאנדאן איז מתפלל ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי שלום משאץ זי"ע אין לאנדאן לכבוד די הילולא קדישא