הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' וארא • כ"ג טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


א מעשה פלא, וואס הגה"צ רבי משה יהודה האלפרין אבד"ק ראדאמישלא לאנדאן האט דערציילט בבית מדרשו נאכן משכונות באפרייאונג אין ארץ ישראל.

האד' ממחנובקא בעלזא שפאצירט אין די 'ברקן' וויין קעלער וואו עס איז היינט אפגעהאלטן געווארן א רייכע דינער לטובת די מחנובקא בעלזא מוסדות אין בית שמש.

Blog Image

חסידי סקווירא יונג און אלט ציילן שוין די שעות צום היסטארישן חגיגת הכנסת ספר תורה קומענדיגן חודש אדר בחצר הקודש סקווירא.

Blog Image

דברי ברכה פון האד' מבאניא ביים יערליכן מסיבת מלווה מלכה לטובות בית מדרשו אין מאנסי תפארת מרדכי באניא.

דברי חיזוק בלימוד הדף היומי דורכן בארימטער מגיד שיעור ר' אלי סטפנסקי הי"ו אין א שמועס מיטן משמח אלוקים ואנשים ר' אהרן בוימל באקאנט אלס 'בארדיטשובער רבי'.

הרה"ג ר' מאיר שמואל שפיצער שליט"א ראש ישיבת שערי מלך אין בארא פארק די וואך ביי די געהויבענע ריקודין לפני בתו הכלה ארומגענימען מיט תלמידי ישיבתו.

הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זצוק"ל אויף א שפאציר אין א פארם בגלילות אנטווערפען אינאיינעם מיט חתנא דבי נשיאה הגה"צ גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל.

Blog Image

הרב יוקל ווייס און ר' בעריש געפנער משמשים בקודש ביי האד' מוויזניץ ביים אויסווארטן דעם רבי'ן שליט"א נאכן מקווה אין לאנדאן, וואו מען האט אויסגענוצט די צייט מיט א בלאט גמרא בחברותא.

Blog Image

די קומענדיגע דור ספינקא רבי'ס, ביים ספינקא חתונה די וואך אין בית שמש.

Blog Image

הרה"ח ר' משה פריעדמאן משב"ק אדמו"רי בית סאטמאר אין א שמועס מיט הרבני הנגיד ר' לואי שיינער הי"ו מגדולי תומכי תורה ביים מעמד חנוכת הבית דעם מוצאי שבת פארן נייעם בנין בית רחל ד'סאטמאר – בנין ליפא פריעדמאן.

Blog Image

האד' מסאטמאר ביים אנוואונטשן הנגיד ר' לאוי שיינער הי"ו ביים מעמד.

Blog Image

א מודעה אינעם היכל המתיבתא דחסידי צאנז אין נתניה, מיט א רוף צו מתפלל זיין פאר מרן האד' מוויזניץ שליט"א נאכדעם וואס די רבי האט געבעטן פון די בחורים ביי זיין קביעות'דיגע מנין אין קרית צאנז אין נתניה אים אינזינען צו האבן און מתפלל זיין לרפואתו השלימה בקרוב.

Blog Image

ר' יהושע פרוכטר הי"ו פאטאגראפירער בחצר הקודש וויזניץ האט קרישקעס באמערקט אינעם לופטפעלד אין לאנדאן אויפן וועג אהיים קיין ארץ ישראל, נאכן געהויבענעם ביקור דורך האד' מוויזניץ שליט"א, אין א שמועס מיטן וויזניצער בעל מנגן ר' משה שטעקל.

Blog Image

נאסטאגליע: מש"ה עומד ומשמש, ואהר"ן אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, הגה"צ גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל אין זיינע יונגע יאהרן ביים געבן צו עסן פאר אידן מיט זיין הארציגער און ליבליכער געפיל פאר יעדן הונגערער איד און צעבראכן הארץ.

Blog Image

האד' מוויזניץ אין שמועס מיט שלוחא דרבנן הרב יעקב טעסלער הי"ו אינעם לוד לופטפעלד איידער דעם רבינס נסיעה קיין לאס אנדזשעלעס לצרכי רפואה.

Blog Image

הרה"ח ר' משה פריעדמאן משב"ק אדמו"רי בית סאטמאר אין א שמועס מיט הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א נשיא מוסדות ברסלב בארה"ק, ביים שמחת השבע ברכות די וואך בשמחת בית סאטמאר אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא אין וויליאמסבורג.

Blog Image

ורחמיו על כל מעשיו: דער צדיק הרה"ק רבי מיכל'ע מזלאטשוב זצוק"ל וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן די וואך כ"ב טבת, ביים שפייזן א כפרה'לע אין דער האנט פונעם געטרייען גבאי'ן, העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין הי"ו.

Blog Image

זה השולחן: דער טיש אויף וועלכן הגה"צ רבי משה אהרן רייך זצ"ל גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג האט געגעבן צו עסן פאר אלפים ורבבות אידן מיט זיינע פעולות חובקות פון הכנסת אורחים און אש"ל מלא וואס ער האט אנגעפירט במעונו של חסד, מיט אט דעם טיש האט מען קובר געוועהן דעם רב זצ"ל עפ"י צוואותו.

Blog Image

אין די טעג האט הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא גאב"ד שומרי הדת אנטווערפען מחדש געוועהן דעם אלטן רבנישע מנהג צו אנטוהן א קאלפיק ביי חופות, וואו עס האט זיך נוהג געוועהן זקינו הגה"צ רבי חנוך העניך פאדווא זצ"ל גאב"ד לאנדאן.

Blog Image

הנגיד ר' משה נפתלי גוטמאן הי"ו ביים אויפגעבן א קוגל ביים גרויסארטיגן חנוכת הבית דעם מוצאי שבת אין ק"ק סאטמאר בארא פארק.

Blog Image

אינעם קענעדי לופטפעלד האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט הר"ר יעקב יוסף פערל הי"ו מגדולי עסקני ספינקא אין א שמועס מיט האדמו"ר רבי יקותיאל אבוחצירא שליט"א.

Blog Image

און אתרא קדישא מירון האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט דער בריסקער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאוויטשיק שליט"א אינעם מערה פון רשב"י כאחד האדם צווישן די מתפללים.

Blog Image

ביים ציון הקדוש פון התנא האלוקי רבי מאיר בעל הנס אין טבריה, מערקט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ביים עוסק זיין בתורה מלובש מיטן תפילין דרבינו תם.

Blog Image

הגאון רבי יצחק דוד גרוסמן בסוד שיח מיטן משפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א ביים כינוס ירחי כלה אין גבעת זאב דורך קהילת טאלימאר אין טאמס ריווער.

Blog Image

הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א זיצט אויף א באנק ביים ווינקל פון ביהמ"ד בשעת די מצווה טאנץ ביים שמחת החתונה פון נכדתו הכלה, זייענדיג אינעם שנת האבילות נאך די פטירה פון אמו הרבנית ע"ה.

Blog Image

אם חכם בני: הנגיד ר' גדליה האפמאן הי"ו די וואך ביים גרויסן קלויזענבורגער ביזנעס עקספא ביים אריינכאפן א בלאט גמרא אינעם היכל התורה 'בית אליהו' – אוטענטיש נאכגעמאכט דעם ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק – נדבת בנו ר' אליהו האפמאן הי"ו.

Blog Image

האד' מסערט וויזניץ ביי הבדלה אינעם האטעל אין אראזא שווייץ וואו דער רבי וויילט די טעג למנוחת הנפש.

אן אייגנארטיגע רעקלאמע דורך 'ישיבת תורת צבי דספינקא' – 'זעקה התפילה' אין די ראמען פונעם מבצע תפילה לרגל די ימי השובבי"ם.

Blog Image

הגה"צ ר' ישכר דוב רוקח בן האד' ממחנובקא בעלזא בקודש פנימה ביי האד' מפשעווארסק ביי זיין באזוך די וואך אין אנטווערפען.

Blog Image

דעת קדשו פון האד' ממעזיבוז איבער די משכונות באפרייאונג דורך די מדינת ישראל רעגירונג.

ביים מעמד החומש סעודה די וואך אין תלמוד תורה בעלזא אין גבעת זאב, האט 'קרישקעס' באמערקט האד' מסטראפקוב אין א טאנץ מיט נכדו היניק ני"ו.

Blog Image

האד' מסאטמאר אויפן וועכענטליכן באזוך אינעם מצה בעקעריי פון די קהילה, אין א שמועס מיטן הנהלת הבית אופה ביים דורכטוהן די פלענער פון נייע חומרות וואס מען וויל איינפירן אין די בעקעריי.

Blog Image

הגה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א בן האד' מוויזניץ איז עוסק בלימוד התורה אינעם ביהמ"ד דחסידי באיאן אין לאנדאן, אין די פרייע צייט בעת די ביקור כבוד פון האד' מוויזניץ אין לאנדאן.

Blog Image

"אינטעווריו" ביי דינער להחזקת המוסדות אין קרית טאהש, מיט א קבוצה פון זעקס תלמידי המוסדות פון משך השנים, אנגעהויבן פון אן עלטערער איד, פון די ערשטע תלמידים, ביז א היינטיגער תלמיד, א בר-מצוה בחרו'ל

Blog Image

כל שהוא תלמיד חכם, ובנו תלמיד חכם, ובן בנו תלמיד חכם: מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א לערנט בחברותא אינאיינעם מיט די קינדער און אייניקלעך.

Blog Image

שיחת חסידים: האד' מניקלשבורג אין א שמועס מיטן ברידער הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט"א און הגה"צ ר' מרדכי ברילל שליט"א אב"ד מנורה הטהורה זעליחוב, אין בית המדרש קהל חסידים אין קאסא גראנדע ווי די רבי וויילט אויף אפריה.

Blog Image

יום הבהיר פון הגה"צ רבי שמואל דוד בעק אבדק"ק אפשא אפגעצייכענט אין קהל אפשא

Blog Image

האדמו"ר מסאטמאר ביים זיך אומקוקן אין די נייע ספרים שטוב ביים חנוכת הבית אין שטוב פון בנו הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א.

Blog Image

המשפיע הרב מוטה פראנק איז מנחם אבל ביי הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן האד' מתורת חכם.

Blog Image

הגה"צ רבי אברהם הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז טבריה באזוכט ביי הגאון הגדול רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע לכבוד די חתונה פון א קינד.

Blog Image

לחיים אין די פאמיגרענעט אפיס פון ארגון 'בוני עולם' לרגל די שמחת האירוסין בבית הנגיד ר' אברהם יהודא באנדא הי"ו.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר העסקן ר' שלומי שטיינמעץ הי"ו פון די בארימטע 'פיוועט' גרופע, לרגל שמחת הולדת הבת למזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר העסקן הרב פנחס אהרן טווערסקי שליט"א מראשי עסקני בוני עולם, לרגל שמחת הולדת הבת למזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר העסקן ר' אלי' פריעדמאן פון די בארימטע די בארימטע 'אלי פרידמאן פראדאקשענס', לרגל די שמחת השידוך שליסן פון בתו הכלה שתחי' בשעה טובה ולמזל טוב.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00