הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש


האד' רבי יאשיהו פינטו מעלדט איבער געפלאנטע נסיעה קיין אומאן אויף קומענדיגן ראש השנה תשפ"ה.

האד' מספינקא ארומגענומען מיט חסידים פארציילענדיג סיפורי צדיקים, אין די שלאקס רעגן וואס האט זיך אראפגעלאזט אויף די בערג אין עסטרייך.

האד' מסאטמאר ביים אנוואונטשן דעם משמח אלוקים ואנשים ר' יונתן שווארץ הי"ו נאכן מהנה זיין ביים שבע ברכות פאריגע וואך בשמחת בית סאטמאר.

Blog Image

כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל שטעלט זיך פאר א בילד מיט זיין זעלטענעם פשטות און אהבה וחיבה צו יעדע אידיש קינד.

Blog Image

בעפאר די חגיגת חנוכת הבית ומעמד הכנסת ספר תורה פאר די נייע ישיבה 'תפארת יעקב' אין עיר התורה געיטסהעד, האט 'קרישקעס' באמערקט דעם אלעמען באקאנטן פאטאגראפירער בחצרות הקודש נפתלי לרר כאפנדיג א טענצל זיך מיטפרייענדיג בשמחת התורה.

ביים שמחת החתונה פארלאפענעם וואך בחצר הקודש פינסק קארלין האט 'קרישקעס' באמערקט דעם רבי'ן שליט"א ביים פאררייכערן דעם עלעקרטאנישע לולקע בשעת די ריקודין.

Blog Image

מעמד קבלת פנים לכבודו פון האד' מסערט וויזניץ בבית מדרשו אין בארא פארק, אנקומענדיג קיין ניו יארק מנחם אבל צו זיין ביי חתנו האד' מקאסוב שליט"א.

האד' מסקולען מאנסי ביים אנוואונטשן העסקן ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו ביים שמחת החתונה די וואך אין מאנסי.

Blog Image

האד' מתולדות אהרן ביים אנוואונטשן הבה"ח חיים ראזענבוים הי"ו נכד האד' מוויז'ניץ נאכן באזוך די וואך.

Blog Image

הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא ביים איבערגיין פארשידענע הלכה'דיגע שאלות בעניני צוואת רבי יהודה החסיד וואס איז נוגע דעם אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא.

Blog Image

די ארגענעלער חתונה בריוול פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וואס איז אין די טעג ארויסגעלייגט געווארן פאר ליציטאציע.

Blog Image

האד' מוויז'ניץ ביים מנחם אבל זיין ביי האחים ראטער שיחי' על פטירת אביהם ע"ה.

Blog Image

מרן פוסק הדור שליט"א ביים פארלאזן דעם ריזן עצרת מחאה דעם זונטאג על פני כיכר זופניק אין ירושלים.

האד' מבאבוב ביים די לוי' די וואך פון מרת מנדלבוים ע"ה אלמנת הרה"ח המפואר ר' משה חיים מנדלבוים ז"ל נאמן בית הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל, וואו דער רב שליט"א האט מלוה געוועהן די מיטה אנכאפענדיג בנה הצעיר הבחור יאסעלע מנדלבוים ני"ו.

Blog Image

הרה"צ רבי ברוך האגער שליט"א בנו הגדול פון האד' מסערט וויזניץ אין א שמועס מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א די וואך ביים שבעה אין בית המדרש קאסוב אין בארא פארק.

Blog Image

דער מחנך הרב לייביש ליש אין א שמועס מיט הגאון האדיר רבי אברהם יהושע סולוביציק ראש ישיבת בריסק אין ירושלים.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ מאנסי ארויסגייענדיג פונעם ניחום אבלים ביי די קינדער פון כ"ק האדמו"ר מקאסוב זצוק"ל נאך די לוי', אין שטוב פון הרה"ח ר' איסר ראטה הי"ו אין מאנסי.

Blog Image

די וואך אויפן פליגער אהיים פון ניו יארק האט 'קרישקעס' באמערקט האד' מוויזניץ ביים אנטוהן די רבינו תם'ס תפילין.

Blog Image

'משפחת ספינקא' נאכן דערהויבענעם שבת 'אור חדש' מיט האד' מספינקא אויף די בערג אין עסטרייך.

Blog Image

האד' מסאטמאר ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין שטוב פון נכדו ר' ישראל דושינסקיא בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.

Blog Image

זעלטענע רוף פונעם ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א צו אחינו בני ישראל בארצות הגולה צו נעמען א חלק אינעם קרן התורה קאמפיין, צו ערפילן די 24 מיליאן דאללער חובות וואס איז נאך געבליבן צו דעקן די 107 מיליאן דאללער וואס די רעגירונג האט געשניטן פון די לומדי הישיבות והכוללים.

פרישע סקיצע פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול 'מרכז העולמי דחסידי תולדות אהרן'.

Blog Image

העסקן ר' חיים מאיר מארקאוויטש האט 'קרישקעס' באמערקט מנחם אבל זיין האד' מקאסוב שליט"א נאך די פריצייטיגע פטירה פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר בעל 'עבדא דמלכא' מקאסוב זצוק"ל.

Blog Image

האד' מבוהוש האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט שפאצירנדיג כאחד האדם אויף די גאסן פון בית וגן אין ירושלים ווי דער רבי וויילט די טעג אויף מנוחת הנפש.

Blog Image

האד' מדושינסקיא אויף א באזוך אינעם בית התבשיל "היכל ישעיה" אין וויליאמסבורג.

Blog Image

אין א שמועס מיטן משמח אלוקים ואנשים ר' חילי פאזען הי"ו פון די טעטיגע עסקנים אינעם בית התבשיל.

Blog Image

אריינטרעטנדיג אין די זומער וואכן האט 'קרישקעס' באמערקט העסקן הרב יצחק ברוך שפיטצער הי"ו מיט זיינע קינדערליך אין מחנה רב טוב ד'סאטמאר.

Blog Image

היכי דמי אהבת ישראל: דער בעל מנגן ר' ליפא שמעלצער האט די וואך פובליצירט אז ווען ער האט געדארפט א קאלפיק פאר א קאנצערט, האט אים כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל גערן אוועק געבארגט זיינס.

Blog Image

ביים שמחת החתונה בחצר הקודש סקולען מאנסי האט 'קרישקעס' באמערקט די זקני החסידים איז א ריקוד, צווישן זיי די בארימטע נואם בחסד עליון ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש.

Blog Image

בני האד' מסקווירא הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי און הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי ביים גולל זיין דעם ספר תורה, ביים מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד סקווירא אין וועסלי היללס – מאנסי.

Blog Image

האד' מתולדות יהודה אויף א באזוך די וואך ביי הגה"צ אב"ד ריבניץ בארא פארק.

Blog Image

הגה"צ אבד"ק ברעזשאן באזוכט ביי האד' ממונקאטש לרגל השמחה במעונו.

א הערליך געמאלן בילד ווי כ"ק האדמו"ר מקאסוב זצ"ל ווערט געזעהן שטיין ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי אחוז בשרעפיו.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר ר' מנחם קליין מנכ"ל ארגון "צהר" דחסידי בעלזא, לרגל שמחת נישואי בנו החתן בשעה טובה ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פארן 'איש אוקריינע' ר' הלל כהן לרגל שמחת נישואי בנו החתן בשעה טובה ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר העסקן ואיש החסד ר' יעקב אליעזר שישא לרגל שמחת הבר המצווה פון זיין זוהן ני"ו.

א ברכת מזל טוב פאר הבה"ח יצחק מיכאל ענגלענדער ני"ו הויז בחור ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, לרגל שמחת איריסיו מיט די טאכטער פונעם בארימטן עסקן הרב שלום דייטש הי"ו בשעה טובה ולמזל טוב, די שמחת התנאים קומט פאר היינט נאכט אין די גרין היללס קאנטרי.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' אלימלך ווייס הי"ו משב"ק האד' מקרעטשניף ירושלים לרגל שמחת הולדת בתו למזל"ט.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00