הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123
Blog Image

דאנערשטאג פ' פקודי • ד' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


לולי תורתך שעשועי • האדמו"ר מקאסוב וועלכע וויילט די טעג אין דייטשלאנד לצרכי רפואה, ווערט געזעהן אינעם ארטיגן בית חב"ד אריינגעטוהן ראשו ורובו אין די גמרא.

Blog Image

האד' מוויז'ניץ אין א פייערדיגע ריקוד מיט שלוחי דרבנן הרב משה גפני ביי די חתונה די וואך פון א אייניקל.

האד' מסאטמאר ארויסקומענדיג פון ביתו נאוה קודש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע נאכן אסיפת רבנים לטובת מוסד רבינו יואל לילדי עדת הספרדים און בני ברק.

Blog Image

האד' מצאנז קלויזענבורג אין א שמועס מיט די שוואגער'ס האד' מדושינסקיא אין הגה"צ רבי יעקב אלי' אונדסדארפער אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל נאכן מנחם אבל זיין ביי די קינדער פון הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל.

Blog Image

המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן ביי שלש סעודות אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא, אין ירושלים האט אינמיטן די ריקודין לכבוד ראש חודש אדר ארויפגעווארפן זיין שטריימל אין די לופטן כמנהגו, און די שטריימל איז געבליבן שטעקן אינעם שאנדעליר, די משפיע האט ווייטער ממשיך געוועהן די דברי חיזוק זאגנדיג אז מען דארף זיך נישט וואוסענדיג מאכן דערפון…

Blog Image

אל הנער הזה התפללתי • גרויסע שמחה צום געבורט פון ערשטע אינגעלע למז"ט ביי הגאון הגדול רבי צבי קושלבסקי שליט"א ראש ישיבת היכל התורה אין טיפן עלטער פון 88 יאר לאוישט"א. (: ליפא מוזר – עיתון 'משפחה')

Blog Image

המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א ביי תפילת מעריב מוצאי שבת – אן עבודה פון שעות ארוכות כדרכו בקודש.

האד' מבאבוב ביים אויסרימען ידידו ורעו האד' מסטיטשין ביים דינער 'עץ הגן' לטובת די מתיבתא דבאבוב וואו האד' מסטיטשין האט אויפגעטראטן אלס נואם הכבוד.

א בריוו בכתב ידו פון האד' מוויז'ניץ לאנדאן פאר עדת צאן מרעיתו אין אמעריקא וואו די רבי בעט פונעם היימישן עולם זיך אנצורופן ווארעם ביים מגבית די וואך לטובת די נייע ישיבה בנין וואס מ'האט געקויפט אין לאנדאן.

Blog Image

א אינטערסאנטע עפיזאד ביים מעמד כבוד התורה אין ישיבת רש"י די וואך וואו די גדולי ישראל המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א אין הגאון רבי משה הילל הירש ראש ישיבת סלאבודקא האבן מכבד געוועהן איינער דעם אנדערן צו זיצן אין צענטער פונעם אויבן אן…

א שבת אין גור• הכנות צום גייסטרייכן שבת החודש פאר די נגידים ותומכים פון איחוד מוסדות גור אינעם אלטן היים אין פולין.

די ניי ערוויילטער מעיאר פון שטאט רחובות מתן דיל באזוכט ביי האד' מקרעטשניף נאך זיין געווינס ביי די וואלן די וואך.

Blog Image

הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב דחסידי צאנז אין אמעריקא אויפן פליגער קיין ניו יארק וואו די רב שליט"א וועט פראווען די ימי הפורים בקרב בני קהילתו.

Blog Image

הגאון הגדול רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבודקא ביים אנוואונטשן די פריש ערוועלטע מעיאר פון בית שמש ר' שמואל גרינבערג נאך זיין געווינס ביי די צווייטע רונדע וואלן.

האד' מניקלשבורג אויף א באזוך ביים לעיקוואדער ראש ישיבה הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א וואו די רבי האט געזינגען שיינע חרוזים לכבודו פונעם ראש הישיבה.

האד' מנאדבורנא צפת אויף א תפילה אין אתרא קדישא מירון כמנהגו יעדן ראש חודש.

Blog Image

אזהרה חמורה בפקודת האד' מסאטמאר (מהרי"י) אין ביהמ"ד דקהל יטב לב סאטמאר ליע גארדענס איבער דער איסור טלטול בשבת.

Blog Image

הגאון רבי צבי קושלבסקי ראש ישיבת היכל התורה אנקומענדיג אויף א באזוך אין ישיבה מיט זיין ניי געבוירן יונגעלע וואו די תלמידי הישיבה האבן מקבל פנים געוועהן דעם ראש ישיבה בשירה וזמרה.

החתן נכד האדמו"ר מגור האט קרישקעס באמערקט ביום חופתו ביים דאווענען שחרית ביים כותל המערבי.

Blog Image

המקובל הגה"צ רבי דוב קוק ביי תפילות שחרית די וואך ביים קבר פון התנא רבי עקיבה אין טבריה.

Blog Image

הרב שמעון ישראל פריעד משב"ק הרה"ק מסקולען זיע"א ביים מקבל זיין ברכת קודשו פון האד' מסאטמאר ביים אסיפה די וואך לטובת מוסד 'רבינו יואל' לעדת הספרדים און בני ברק.

Blog Image

האד' מדושינסקיא אין א שמועס מיט הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים אב"ד סיגוט בן האד' מסאטמאר ביים שבעה די וואך נאך די פטירה פון הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל.

Blog Image

משנכנס אדר מרבין בשמחה • הרב שלום ארוש מגדולי מחזירי התשובה בדורינו ביי הלל ראש חודש אדר ב'.

האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן אויף א באזוך ביי הרב זלמן ראטה האד' מוויידיטשקא לאנדאן לרגל נשואי בנו החתן.

Blog Image

העסקן הרב שמחה אייכענשטיין בארא פארק אסעמבלימאן בקודש פנימה ביי האד' מסאטמאר מקבל צו זיין ברכת קודשו לרגל די שמחת הבר מצוה לבנו ני"ו.

Blog Image

בסוד שיח • הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב דחסידי צאנז אין אמעריקא אין א שמועס מיטן פעטער גאב"ד מאקאווא ביים סעדות הילולא פון הגה"צ אב"ד מאקאווא אלעד זצ"ל.

Blog Image

האד' מסערט וויז'ניץ אינעם קענעדי לופטפעלד אנקומענדיג אויף א קורצע באזוך אין ניו יארק.

א נייע בוך אויף ענגליש איבער די לעבנס ביאגראפיע פון הרה"ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזנבורג זי"ע ארויסגעגעבן דורך ארטסקראל.

Blog Image

האדמו"ר מאלעסק פון ארה"ק אויף א באזוך די וואך ביי האדמו"ר מסאדיגורה אנצולאדענען צו די חתונה פון א קינד.

Blog Image

האדמו"ר מלויצק אויף א באזוך די וואך ביי האדמו"ר מראחמיסטריקווא אוקענוויין.

Blog Image

אין די פריע פארטאגס שעות נאכן שמחת החתונה די וואך בחצר הקודש סאטמאר האט 'קרישקעס' באמערקט האד' מסאטמאר אנקומענדיג אהיים נאכן געהויבענעם שמחה.

Blog Image

האד' מתולדות משה ביים בענטשן א חתן אייניקל פונעם ספרדישן מקובל הצדיק רבי רחמים עטייה.

Blog Image

א פייער האט אויסגעבראכן די וואך אין בנין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, ב"ה אן קיין ערענסטע שאדנס.

אן אייגענארטיגע איינלאדענונג צו א וואך נאכט די וואך אין פארם פון א הזמנה לבית דין…

Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00