הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' כי תשא • כ' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


האד' מראחמיסטריווקא ביים אראפשטייגן פונעם פליגער אינעם לופטפעלד אין קראקא – פולין וואו די רבי האט היינט געלאנדעט לרגל די הילולא קדישא פונעם הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע.

Blog Image

האחים האדמורים מסקולען מאנסי אין סקולען ירושלים ביי די שמחת החתונה די וואך לבת הרה"ג ר' יוסל ראטטער אין מאנסי.

הרב שמעון וואלף קליין משב"ק האד' מבעלזא ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האד' מקאלוב שליט"א לרפו"ש ביי א שמחה די וואך אין קאלובער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, ווערט געזעהן האד' מוויז'ניץ מאנטריאל.

Blog Image

סוד שיח • האדמו"ר מסערט וויזניץ אין א שמועס מיט גיסו האדמו"ר מקוסוב ויז'ניץ ביי א משפחה שמחה די וואך.

כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א ביים עוסק זיין בתורה אין מיאמי פלארידע ווי די רבי וויילט די טעג אויף אפרוה לחיזוק כוחותיו.

Blog Image

כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ווערט געזעהן ביים טיר נעבן ביתו נאווה קודש מיטהאלטנדיג די חופות איינע פון די ימי השבעה, א זעלטענע מחזה פונעם רבי'ן אן די שטיוול צוליב אבילות.

Blog Image

הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם ביים ציון הק' פונעם חיד"א פארגאנענעם וואך ליל פורים קטן סמוך ונראה צום הילולא.

Blog Image

שם אתה מוצא ענוותנותו • האד' מסאדיגורה לאנדאן שטעלט זיך צום בילד מיט א קינד ביי א חתונה די וואך אין לאנדאן.

Blog Image

האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא אינעם לופטפעלד אויפן וועג קיין ניו יארק, מנחם אבל צו זיין ביי האדמו"ר מסקווירא.

Blog Image

האדמו"ר מסאדיגורה ביים שמחת השבע ברכות פון החתן א זוהן פונעם בעלזער עסקן הרב אייזיק בראון.

Blog Image

ביים חתונה די וואך בחצר הקודש סאטמאר (מהרי"י) האט 'קרישקעס' באמערקט הגה"צ רבי חיים הערש טייטלבוים אב"ד סיגעט בן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) א פעטער ביי די שמחה.

Blog Image

האד' מפינסק קארלין אויף א באזיך די וואך ביי הגה"צ רבי ישראל דוד שלעזינגער אב"ד שערי תפילה אין מאנסי.

Blog Image

ביים מעמד התחלת כתיבת ספר תורה ביי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א אויף די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך המקובל הרה"צ רבי נחום כהן מחשובי חסידי סאדיגורה.

Blog Image

א נוסחא פון רבי בונם פון פשיסחא – הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א.

האדמו"ר ממשכנות הרועים אויף די וויליאמסבורגער גאסן די וואך, ווי די רבי וויילט לרגל די חתונה פון צוויי אייניקלעך.

Blog Image

א משלחת פון הנהלת כולל חיבת ירושלים בראשות הרה"צ בעריש רובין מדאמבראווא אויף א באזוך ביי האדמו"ר מקאסאן אין לינדען איינצולאדענען צום יערליכן דינער דעם כ"א אדר ב' אין לינדען.

Blog Image

האדמו"ר משומרי אמונים באדאנקט זיך פארן בארימטער בעל דרשן הרב ישראל שטערן פון לאנדאן נאכן מהנה זיין ביים חגיגת הכנסת ספר תורה די וואך בחצר הקודש שומרי אמונים ירושלים.

Blog Image

כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א אויפן פליגער קיין ליזענסק – פולין, ארומגענימען מיט חסידים.

Blog Image

כאחד האדם • האדמו"ר מזוועהיל ביים דאווענען שחרית די וואך ביים ציון התנא האלוקי רשב"י אין אתרא קדישא מירון.

Blog Image

האד' מבעלזא ביים מנחם אבל זיין טעלעפאניש העסקן ר' אורי מקלב על פטירת אביו ע"ה.

די דרשה פון העסקן הנמרץ הרב משה מארגערעטן, ביים שבע ברכות די וואך צוגעשטעלט דורך די בארימטע 'צדק' ארגאניזאציע לרגל די חתונה פון בתו הכלה.

גדולה שימושה • דעם אלעמען באקאנטן פאטאגראפירער ר' אברומי בערגער ביים משמש זיין האד' מנאראל – מזקני האדמור"ים, ביים רבינס באזוך די וואך אין בארא פארק.

הגה"צ גאב"ד מאקאווא ביים אפגעבן זיין שטימע ביי די בחירות די וואך אין קרית אתא.

Blog Image

לעשות רצון צדיק • ר' יהושע פרוכטר פאטאגראפירער בחצר הקודש וויזניץ ביים מקיים זיין רצון צדיק אין ארויסגיין שטימען ביי די לאקאלע וואלן די וואך אין בני ברק.

Blog Image

מצוה לשמוע דברי חכמים • הרב לייבל פיזנצבסקי משב"ק האדמו"ר מגור ביים שטים בודקע די וואך אין ירושלים.

Blog Image

די געוועזענער מעיאר פון אלעד הרב ישראל פרוש אויף א באזוך די וואך ביים ראש ישיבה הגאון רבי דוב לאנדא ערב די בחירות אין ארץ ישראל.

על שלחן מלכים • הרבני הנגיד ר' מאיר יעקב אינדיג האט 'קרישקעס' באמערקט די וואך ביים טיש פורים קטן בחצר הקודש סאטמאר, ווי די רבי האט מכבד געווען די אלע וואס טראגן די נאמען יעקב ארויפצוגיין אויפן טיש נאך געלט.

Blog Image
Blog Image

האדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג האט די וואך אנגעהויבן אויפנעמען קהל חסידיו אין תושבי העיר וויליאמסבורג לעצה ולברכה, די מודעה איבער זמני כניסה אין די וויליאמסבורגער טעגליכע בלעטל.

Blog Image

ביי אן אסיפה די וואך אין בעפארברייטונג צו די בחירות אין ארץ ישראל, בבית הרה"צ רבי דוד טווערסקי אב"ד טשערנאביל בית שמש בן האד' מטשערנאביל, ווערט געזעהן די נייע ערוועלטע מעיאר פון שטאט בית שמש הרב שמואל גרינבערג, העסקן הרב מאיר פרוש, אין הרב שמעון גאלדבערג פון די פירענדע עסקנים אין בית שמש.

Blog Image

כ"ק הגה"צ אבד"ק פנים מאירות סיקסא ביי א פארברענג פארלאפענעם ליל שישי בקרב חסידיו ואוהדיו אין שטאט לעקוואד.

א פראכטפולע בשמים האלטער וואס איז פארטיילט געווארן פאר אלע עסקני קהילת ראחמיסטריווקא אין בארא פארק ביים שבע ברכות די וואך בשמחת בית ראחמיסטריווקא מיוחד פאר די עוסקים במלאכת הקודש.

Blog Image

האדמו"ר מוויז'ניץ איז מנחם אבל ביי חבר הכנסת הרב אורי מקלב על פטירת אביו.

Blog Image

די נייע ערוועלטע מעיאר פון שטאט בני ברק הרב חנוך זייברט אויף א תפילה אינעם אהל אדמור"י וויז'ניץ אין בני ברק ביום הבחירות דעם דינסטאג.

Blog Image

דאנק בריוון מטעם ק"ק סקווירא פאר די איבערגעגעבענע ארגאניזאציעס מיט אירע אלע וואלענטירן וועלכע זענען געשטאנען צוהילף ביי די גרויסע לוי' פאריגע וואך פון הרבנית הצדקנית מסקווירא ע"ה.

Blog Image

הרב שמואל ראבינאוויטש די רב פונעם כותל המערבי אין די מקומות הקדושים אויף א באזוך די וואך ביי האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק נאך די חופה פון אן אייניקל אין שטאט ביתר.

Blog Image

הגה"צ רבי יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא אויף א באזוך די וואך ביי מחותנו האדמו"ר מאלכסנדר בבית האכסניא אין לעיקוואוד.

Blog Image

מעשה פלא איבער די בקיאות התורה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א די וואך אין די 'היימיש גערעדט' אפטיילונג פונעם קרית יואל היימשטאט.

Blog Image

הרב אברהם שמואל צבי רוקח נכד האד' מבעלזא אויף א באזוך די וואך אין די בעלזער כולל אין בארא פארק וואו ער האט זיך געזעצט לערנען צווישן די לומדי הכולל.

Blog Image

א הארציגע בריוו פונעם געוועזענער מעיאר פון שטאט אלעד הרב ישראל פרוש נאך די וואלן די וואך אין שטאט.

Blog Image

די געטרייע וואלענטירן פון 'איחוד הצלה' אויפן וועג צום שטאט ליזענסק אין פולין לרגל די בעפארשטייענדע יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק די ר"ר אלימלך מליזענסק זיע"א דעם קומענדיגן כ"א אדר א' הבעל"ט ווי זיי וועלן שטיין אויף די וואך על כל צרה שלא תבוא.

Blog Image
Blog Image

א ברכת מזל טוב פארן איש החסד אין כלל טוהער הרב משה מארגערעטן פון די בארימטע 'צדק' ארגאניזאציע, לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר האברך החשוב ר' משה פרידמאן משב"ק אדמור"י סקולען, לרגל הולדת בתו‎ למזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר הרב מרדכי קרויס מגדולי העסקנים בחצר הקודש תולדות אהרן אין גרינדער פון די בארימטע 'קול אנ"ש' אין 'אנ"ש בלעטל', לרגל די שידוך שליסן פון בתו הכלה בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר הרב חיים יונה ווייס משב"ק האד' מבאבוב 45 לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פארן הרב מרדכי ווידער מנהל ומייסד ארגן 'משכני', לרגל די חתונה פון בנו החתן אלחנן ני"ו בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר הנגיד הרב מאיר פישל פון די בארימטע 'לב לילד' ארגאניזאציע, לרגל שמחת נישואי בתו הכלה בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00