הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' תרומה • ו' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


כבוד תלמידי חכמים • פארלאפענעם וואך ווען הגה"צ רבי שלום פריעדמאן סגן גאב"ד לאנדאן האט זיך משתתף געוועהן ביים טיש פון האד' ממכנובקא בעלזא אין לאנדאן, ווי ער איז מכובד געווארן צו זאגן די שבע ברכות נאכן בענטשן, עס איז געוועהן אן ערהאבן בילד ווי האד' ממכנובקא בעלזא בכבודו ובעצמו האט געהאלטן דער מייק פארן רב מיט א זעלטענעם פשטות.

Blog Image

כאחד האדם • האדמו"ר מראחמיסטריווקא פון ספרינג וואלי אינעם ניוארק לופטפעלד אויפן וועג קיין ארצינו הקדושה צום חתונה בבית גיסו האדמו"ר מזוועהיל.

Blog Image

וראו כל עמי הארץ • א מעשה פלא פארציילט דורך הדאמו"ר מאודווארי בדידי הווה עובדא.

נאסטאלגיע • הרבנים לבית בריסק אין א שמועס ביי א משפחה שמחה, ווערט געזעהן פון לינקס צו רעכטס: הגאון רבי משולם דוד סולוביציק ראש ישיבת בריסק, הגאון רבי מאיר סולוביציק ראש ישיבת ברסיק (אחווה) אין יבלחט"א הגאון רבי אברהם יהושע סולוביציק ראש ישיבת בריסק.

האד' מקהל חסידי ירושלים ביים מבקר חולה זיין הרה"ח ר' נח בראנדוויין נאכן פארוואונדערט ווערן ביי די שטורמישע מחאות די וואך קעגן די גזירות ניתוחי מתים אין ירושלים.

Blog Image

הגה"צ גאב"ד קארלסבורג האט קרישקעס באמערקט די וואך אינעם לוד לופטפעלד אנקומענדיג קיין ארה"ק לרגל די חתונה פון א אייניקל.

Blog Image

שטרענגע ווארענונג ביים חתונה די וואך בשמחת בית טשערנאביל – זוועהיל נישט צו כאפן קיין בילדער בפקודת הקודש פון האד' מטשערנאביל.

Blog Image

האד' מבאבוב אין א שמועס מיט הרה"ח הישיש ר' יחזקאל גליק שו"ב נאך תפילת שחרית במקום הנופש אין מיאמי.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ דינט אלס שליח ציבור ביי מנחה אויפן פליגער צוריק קיין ארץ ישראל לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית ע"ה, ווערט געזעהן האד’ מקאליב ארה’’ק.

האד' מסאטמאר אין א שמועס מיט הרבני הנגיד בנש"ק ר' נחום רוקח פון לעיקוואד פארנט פון ביתו נאווה קודש אין קרית יואל.

Blog Image

הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש בקודש פנימה ביי הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וואו די רב האט געזינגען דעם פארצייטישן ניגון "אויף דעם זאגט די תורה, די האב נישט קיין מורא, איך וועל דיר העלפן גיב זאך נאר א בייג. געדענק דעם אלטן גנב, אשר קרך ויזנב, מחה תמחה את זכר עמלק.

חסידי באבוב 45 געזעגענען זיך פון האד' מבאבוב 45 ביים פארלאזן בני ברק.

דעם רבי'נס יונגעלייט • קאמפיין די וואך לטובת די כוללי אברכים דחסידי צאנז קלויזנבורג.

Blog Image

הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א בנו בכורו פון האד' מסערט וויזניץ ביים מבקר חולה זיין ביי פארוואונדעטע זעלנער אינעם שפיטאל אין חיפה.

Blog Image

האדמו"ר מאשלג ווערט געזעהן די וואך אויף א תפילה אין אתרא קדישא מירון אין שאטן פונעם מלחמה צושטאנד אין צפון ארץ ישראל.

Blog Image

האדמור"ים מסערט וויז'ניץ אין סטריקוב ביים מנחם אבל זיין הרב חנוך סגל ראש הקהל באבוב-45 בארה"ק על פטירת אשתו ע"ה.

Blog Image

האדמו"ר מבאבוב 45 ביים עוסק זיין בתורה באלד נאכן אנקומען אויפן קורצן באזוך די וואך אין ארץ ישראל, בבית האכסניא אין שטוב פון הרב יעקב יוסף שלאף אין ירושלים.

Blog Image
Blog Image

די לעגענדארע משב"ק בחצר הקודש וויז'ניץ ר' יוסף שמעון שעכטער ביים אפירזוכן די טונעלן אונטער די ליובאוויטשע הויפטקוואטיר אין 770.

Blog Image

האדמו"ר מהרי"ד מלעלוב שליט"א וואס איז די וואך אנגעקומען אויף א באזוך אין ניו יארק ווערט געזעהן ברחובה של עיר בארא פארק מיטן גבאי'ן הרב משה יהודה פישל.

Blog Image

העסקנים ר' שמעון גולדברג און ר' משה פרוש פון בית שמש ביי הגאון רבי שאול אלתר אין בעפארברייטונג צו די לאקאלע וואהלן.

Blog Image

האד' מראחמיסטריווקא פון ספרינג וואלי ביים ציון הק' פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אויפן הר המנוחות וואו איינער פון די חסידים האט אריינגערופן מיט א הזכרה.

Blog Image

א הזמנה צו א רבי’שע חתונה מיט א ספעציעלע בארקאוד צו קענען אריין סקענען די דאטום פונעם חתונה אינעם לוח.

Blog Image

האדמו"ר מזוטשקא אמסנא אין א שמועס מיט הגאון רבי מרדכי גראס גאב"ד חניכי הישיבות אנקומענדיג אינעם לופטפעלד אין שטאט לאנדאן.

Blog Image

די סקיצע פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול דחסידי תולדות אהרן אין טבריה בראשות הגה"צ רבי משה קאהן מלפנים אב"ד תולדות אהרן לאנדאן.

Blog Image

די נייע שטוהל וואס איז געקויפט געווארן צום ביקור המרומם פון האד' מוויז'ניץ (מרכז) דעם קומענדיגן שבת ויקהל אין שטאט לאנדאן נדבת הנגיד ר' ישראל שלום טויב.

Blog Image

די הונדערטער בחורי חמד תלמידי ישיבת וויז'ניץ (מרכז) אין א ריקוד נאך א תפילה די וואך ביים כותל המערבי.

ראש הישיבה הגרב"ד פוברסקי ביים מאלן ווייץ לקראת חג הפסח פאר די רשת הכוללים כתר תורה תחת נשיאותו פונעם ראש ישיבה.

בן יכבד אב • הרה"ג רבי יצחק צבי בעקער בן האדמו"ר מאוזרוב ביים אויפרופן זיין פאטער צו מצוה טאנץ ביי די חתונה די וואך פון בתו הכלה.

Blog Image

האד' מטעמעשוואר ביים מעמד ההדלקה אין אתרא קדישא מירון, נאכן פראווען א דערהויבענעם שבת ביים ציון הרשב"י.

העסקן הרב חנוך זייברט וועלכע לויפט פאר מעיאר פון בני ברק ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האד' מבאבוב 45 די וואך אין בני ברק.

Blog Image

בית שמש מעיאר קאנדידאט משה אבוטבול באזוכט ביי הגה"צ רבי נפתלי מנחם ווייס אבד"ק ספינקא בית שמש אין בעפארברייטונג צו די בחירות די קומענדיגע וואך.

Blog Image

נעים זמירות ישראל ר' מאטי אטיאס בקודש פנימה ביי הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים ליינען זיין האנט פלאך כדרכו אין ווארעם אנגעוואונטשן.

Blog Image

האדמו"ר מספינקא רמת אהרן אויף א תפילה ביים ציון הק' אין אהל אדמור"י בית ליובאוויטש אין קווינס.

Blog Image
Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' יעקב אליעזר כהן הי"ו משב"ק האדמו"ר ממונקאטש לרגל שמחת נישואי בתו למזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר הנגיד ר' יוסי איצקאוויטש פון די בארימטע טויס-4-יו, לרגל די ה בר מצוה פון זיין זוהן, אינעם בילד: האד' מסאטמאר ביים אנוואונטשן מזל טוב.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00