הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


במקום גדולתו אתה מוצא ענוותנותו • האד' מדושינסקיא ביים מטיב זיין די נירות ביים עמוד אין סיגעיטער ביהמ"ד וואו די רבי וויילט די טעג.

Blog Image

אין די שפעטע נאכט שעות האט קרישקעס באמערקט די דושינסקיא רבי ביים עוסק זיין בתורה מיט גרויס התמדה.

Blog Image

די אייניקלעך פון האד' מוויז'ניץ ביים שלום נעמען דעם ערב שבת בבית האכסניא אין מאנסי

Blog Image

אויפן אויבן אן ביים חתונה הגדולה בשמחת בית סקווירא – ראחמיסטריווקא, ווערט געזעהן: הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי בנו בכורו פון האד' מסקווירא, הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג בנו בכורו פון האד' מסאטמאר, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בנו יחידו פון האד' מבעלזא, אין הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו בכורו פון האד' ממכנובקא בעלזא.

Blog Image

האד' מאשלג געזעגענט איינע פון די חסידים ביים פארלאזן ארץ ישראל לויט די הוראת הקודש פון רבי'ן שליט"א צוליב די סכנה אין ארץ ישראל.

האד' מצאנז קלויזנבורג באטייליגט זיך ביים שמחת הבר מצוה לבן מקורבו העסקן הנמרץ הרה"ח ר' ברוך מרדכי ווייסבערג הי"ו.

Blog Image

דער מעל מנגן ר' מרדכי אילאוויטש ביים משמח זיין ביי די ספעציעלער שבע ברכת די וואך בחצר הקודש סקווירא געאייגענט פאר די יתומים פון די קהילה.

דער פאטאגראפירער ר' אבי סורקיס ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון מרן אדמו"ר מוויז'ניץ וויילענדיג אין שטאט מאנסי.

Blog Image

הרב חיים שלמה פישער משב"ק האדמו"ר מסאטמאר ביים וואונטשן מזל טוב פאר הרה"צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א האדמו"ר מצאנז קרית יואל ביי די שמחת החתונה די וואך במעונו.

Blog Image

האד' מוויז'ניץ קוקט זיך אום ביי די בוי ארבעט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא, ביי א באזוך די וואך אין סקווירא שטעטל.

Blog Image

האד' משינאווא ביים סעודת ט"ו בשבט אין תלמוד תורה "דברי חנה" קאלאשיץ אינעם נייעם בנין הת"ת "בנין עלענבויגן".

Blog Image

די בארימטער עסקן ר' אפרים פינק ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האד' מתולדות אברהם יצחק דעם פארלאפענעם ערב שבת אין בית שמש.

Blog Image

האדמו"ר מקוזמיר טאנצט מצוה טאנץ באש להבה די וואך ביי די חתונה פון א אייניקל.

וחיי עולם נטע בתוכנו • האד' מסאטמאר ביים עולה זיין לתורה במקום הנופש אין פאלם ספרינגס קאליפארניע.

ראשי ישיבת לעיקוואד הגאון רבי מלכיאל קאטלער אין הגאון רבי ירוחם אולשין ביים סעודת ברית פון א אייניקל ביים ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר בן הנולד לחתנו הרה"ג ר' שמחה בונם שפירא.

Blog Image

הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר אינעם לוד לופטפעלד אויפן וועג קיין ציריך שווייץ לטובת הישיבה.

Blog Image

ההרה"צ רבי חיים מאיר קאהן אב"ד תולדות אברהם יצחק ביתר ביים דאווענען מעריב אויפן פליגער קיין ניו יארק.

Blog Image

האדמו"ר מזידיטשוב בארא פארק ביים ארויסבאגלייטן בנו האדמו"ר מזידיטשוב ווערעצקי נאך א באזוך.

Blog Image

הגאון רבי מיכל זילבער אין א ריתחא דאורייתא מיט הגאון הגדול רבי דוב לאנדא ביי א באזוך די וואך במעונו אין בני ברק.

Blog Image

האדמו"ר מויז'ניץ לאנדאן אויף א באזוך די וואך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה אהרן ניימאן אין שטאט מאנטריאל.

Blog Image

א קאמפיין אין ק"ק פאפא אין שטאט מאנסי מחזק צו זיין די אינגעלייט צו קומען צו די באטע'ס פרייטאג צונאכטס כמנהג חסידים.

Blog Image

האד' מסערט וויז'ניץ ביי תפילת מעריב במקום הנופש אין אראזא שווייץ, ווערט געזעהן הגאון הגדול רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר.

Blog Image

א משלחת פון חברה הצלה ד'לינדען באזוכט ביי האד' מקאסאן – מייסד העיר מקבל צו ברכת קדשו אין בעפארברייטונג צו א קאמפיין לטובת הצלה ד'לינדען.

Blog Image

האד' מדושינסקיא ביים איבערגעבן א שיעור אין אור החיים הק' פאר אברכי ק"ק דושינסקיא אין אמעריקא וועלכע זענען אריינגעקומען קיין סיגעיט צום שיעור כהכנה לקבלת התורה.

Blog Image

ארגענטינע פרעזידענט באזוכט ביים רב הראשי הגאון יצחק יוסף ביי זיין באזוך די וואך אין ארץ ישראל.

Blog Image

האד' מקרעטשניף קרית גת אויף א באזוך די וואך ביים פעטער האד' מפלאטישאן אין בארא פארק.

Blog Image

הגאון הגדול רבי משה שאול קליין מגדולי הפוסקים בארץ הקודש ביים אפגעבן א שבח והודאה זינגענדיג דעם ניגון 'מודה אני' ביי די חתונה פון א אייניקל פאריגע וואך אין שטאט לאנדאן.

הגה"צ רבי יצחק אייזיק ווייס אב"ד ספינקא לעיקוואד בן האד' מספינקא ביי הבדלה פארלאפענעם מוצאי שבת נאכן דערהויבענעם שבת ביי די מקומות הקדושים אין אונגארין.

שיין בילד פון האד' מוויז'ניץ לאנדאן ביי א חופה די וואך לבן אחד מחסידיו אין שטאט.

Blog Image

מודעה ובקשה פאר גבאי צדקה אין שטוב פונעם בארימטן נגיד ותומך תורה ר' בערל ווייס פון לאס אנגעלעס.

Blog Image

הנגיד ר' הערש אלימלך פיש ביים צייגן פארן וויזניצער רבי פארשידענע היסטארישע חפצי קודש אין כתבי ידות מאוצרו הטוב צווישן זיי די תיקוני זוהר פונעם הייליגן 'אהבת ישראל' זי"ע.

Blog Image

חסידי גור שטראמען אין די מאסן צום עצרת תפילה היינטיגן דאנערשטאג נאכמיטאג ביים כותל המערבי אין שפיץ פון האד' מגור.

די בריוו וואס די שכינים פון ביהמ"ד ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי האבן ערהאלטן מטעם הקהילה אמבאלאגנט די מאנגל אין פארקינג.

Blog Image

הרה"צ רבי יוסף ראבינאוויטש ראש ישיבת ביאלא – בן האד' מביאלא ביים עולה זיין לתורה אין שיקאגא וואו ער האט געוויילט לטובת הישיבה, ווערט געזעהן האד' מקאליב ארה"ק.

Blog Image

ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר אין א שמועס בפלפולא דאורייתא מיט זיין איידעם ר' יחיאל קפלר.

Blog Image

האד' מוויז'ניץ אין א שמועס מיט בנו בכורו הגה"צ אב"ד קרית וויז'ניץ שליט"א אינעם לופטפעלד אויפן וועג צוריק קיין ארץ ישראל.

Blog Image

אינעם לופטפעלד האט די וויזניצער רבי באגעגענט האד' מקאליב פון ארה"ק וועלכע האט אויך געוויילט אין ניו יארק לטובת מוסדותיו.

Blog Image

העסקן הרב צבי חסיד ארגון מנכ"ל ארגון זק"א תל אביב ביים שלום נעמען פון האד' מסערט וויז'ניץ במקום הנופש אין אראזא שווייץ.

Blog Image

כ"ק גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג ביי די חתונה די וואך פונעם ערשטן איר אייניקל ביי גיסו כ"ק האדמו"ר מספינקא אנטווערפען שליט"א.

Blog Image

האד' מקרעטשניף קרית גת אינעם ניוארק לופטפעלד אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארה"ק, מערקט די סטראקעס אויפן שאל פונעם רבי'ן כמנהג צדיקי בית נדבורנה.

Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00