הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' וארא • א' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


א בקשה מיוחדת מטעם בית כ"ק האדמו"ר מטאהש שליט"א מיט וויכטיגע אנווייזונגען פאר די משוררים ביי די חתונה הגדולה היינט אויפדערנאכט.

Blog Image

האד' מלויצק אויף די מאנטריאלער גאסן אינאיינעם מיט הנגיד ר' מיכל ראזנבערג/

Blog Image

האדמו"ר מאמשינוב אויפן ציון פון די באבע הרבנית פייגא ברכה מחברתו הטהורה פון הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זיע"א, דעם ערב שבת הארט פארן זמן כניסת השבת.

Blog Image

האדמו"ר מבאבוב 45 ביים איבערגעבן א שיעור פאר די תלמידי המתיבתא דורכן טעלעפאן וויילענדיג אויף אפרוה אין אריזאנע.

Blog Image

אין די טעג שטייט צום פארקויפן אויף ליציטאציע א י"ב חלה פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזשניץ זצ"ל פון 17 יאר צוריק.

Blog Image

מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א גייענדיג אויף די גאסן פון שיכון וויזניץ אין בני ברק, אויפן וועג צום היסטארישן אסיפה די וואך.

Blog Image

המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן פארציילט ביי זיין וועכענטליכע שיעור איבער הרב יוחנן טייטלבוים שליט"א בן כ"ק האדמו"ר מאלעסק ירושלים וואס האט געפיטערט א לייב אין א טיר גארטן אין ארגענטינע.

Blog Image

עסקני חצר הקודש סאדיגורה אויף א זיצונג איבערגייענדיג די לעצטע דעטאלן איידערן גמר המקח פארן בנין וואס איז אפגעקויפט געווארן פארן מרכז העולמי דחסידי סאדיגורה.

Blog Image

שיחת חסידים: הרה"ג רבי אברהם מרדכי מלאך אין א שמועס מיט הרה"ח ר' פנחס בערגער ביים גרויסן נסיעה 'בני היכלא' בראשות האד' מסקווירא קיין קראקא.

Blog Image

ביים מסע הקודש 'בני היכלא' פון האד' מסקווירא אין קראקא האט קרישקעס באמערקט העסקן ר' דוד חיים הערמאן מנאמני ביתו פונעם סקווירא רבי'ן.

Blog Image

אחים לענטשעווסקי ביי די עבודת הקודש צו פאראייביגן די היסטארישע סקווירא נסיעה.

Blog Image

די וואך שבת האט האד' מאנטניא געוויילט במחיצת הקודש פון מחותנו האד' מתולדות אברהם יצחק אין הר יונה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון א בשותפות'דיגע אייניקל.

Blog Image

האדמו"ר מסקווירא ביי קידוש לבנה אין קראקא ביים היסטארישן מסע הקודש 'בני היכלא' די וואך אין שטאט קראקא.

דעם אלעמען באקאנטער סקווירא עסקן ר' שלום אלי' פעלבערבוים אנקומענדיג צום מסע המרומם 'בני היכלא' אין קראקא.

Blog Image

דערמאנונג פאר מחותנים לכבוד חמשה עשר בשבט דורכ'ן ועד החתונה תקנות שע"י ק"ק באבוב 45.

Blog Image

חב"ד הויפטקווארטיר האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט נאך וואס בילדער און ווידעא פון אן אינצידענט אין 770 זענען ארומגעגאנגען איבער די אלגעמיינע סאושל מידיא פלאטפארמעס. די פארוואלטונג פון די שול האט מסדר געווען צעמענט טראקס צו פארזיגלען אונטערערדישע טונעלס וועלכע זענען אנטדעקט געווארן לעצטנס און געשאפן זיכערהייט געפארן, ווען יוגנטליכע האבן זיך קעגנגעשטעלט און געפלינדערט דעם שול, מיט פאליציי דורכפירנדיג ארעסטן.

Blog Image

א בריוו אונטערגעשריבן דורך די בית דין אין קראון הייטס, וואו די רבני חב"ד טרעטן שארף ארויס קעגן די חילול ה' וואס האט זיך אפגעשפילט די וואך אין 770.

Blog Image

אסיפות מועצת גדולי התורה די וואך אין שטוב פון הגאון רבי שמאול קאמינעצקי ראש ישיבת פילאדעלפיע מיט אלע ראשי הישיבות פון בית מדרש גבוה דלעקוואד, נאכפאלגנדיג די פטירה פונעם המשגיח הגה"צ רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל.

Blog Image

א באשיידענעם מעמד קבלת פנים לכבודו פון הרה"צ ר' שלום עוזר האגער בן האדמו"ר מסערט וויזניץ וועלכע האט זיך אין די טעג אריבערגעצויגן קיין עיה"ק ירושלים.

Blog Image

הגאון ר' מאיר צבי בערגמאן ראש ישיבת הרשב"י  אויף א תפילה ביים קבר פון אמו הרבנית ע"ה ביום היארצייט.

Blog Image

באלאבעסטע פראדוקטן על שולחן מלכים פון האדמו"ר מסאטמאר.

Blog Image

מסיבת לחיים לרגל די שידוך שליסן בשמחת בית תולדות אברהם יצחק – דאראג – ספינקא מאנסי – בערעגסאז במעונו פונעם זיידן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק, ווערט געזעהן די מחותן הרה"צ רבי פישל ראזנפעלד בן האד' מדאראג ובנו החתן.

Blog Image

האדמו"ר מסטריקוב ירושלים וואס וויילט די טעג אין ניו יורק אויף א באזוך במעונו פון האדמו”ר מראחמיסטריווקא לעקוואד שליט"א.

Blog Image

קרישקעס האט די וואך באמערקט הגה"צ אב"ד אודווארי שליט"א אויף די וויליאמסבורגער גאסן.

Blog Image

בילד פון 'הימל': שטאט מאנסי איינגעהילט אין ווייסן שניי פארלאפענעם זונטאג אינדערפרי.

Blog Image

א פאמיליע אין ארץ ישראל האט צוזאמגעשטעלט אן אייגענארטיגע בעזים, צו טאנצן ביים חתונה פונעם יונגסטן קינד אין די פאמיליע…

Blog Image

קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:

א ברכת מזל טוב פאר הרב יהודה ברייער פון די בארימטער 'תפארת אוקשענס' לרגל שמחת החאלקא פון זיין זוהן למזל טוב, ווערט געזעהן זיך וואונטשן ביי כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00