הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' ויחי • ט"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


א בילד פונעם טשעק וואס האד' מסאטמאר האט אויסגעשריבן ביים באזוך דעם מוצאי שבת אין די 'מיטב גראסערי' בגלילות קרית יואל, וואו די רבי האט בייגעשטייערט א סכום הגון פון אכט טויזענט דאללער די סכום פון א חודש רענט, צו נעמען א חלק אין דעם חשובן פראיעקט.

Blog Image

האחים הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש אין הרה"צ רבי פישל ראבינאוויטש בני האד' ממונקאטש אין א ברודערליכע טאנץ ביים חתונה די וואך.

הנגיד ר' לואוי שיינער פון מאנסי באטייליגט זיך ביים בר מצוה די וואך פונעם עלסטער אייניקל פון ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, נאכן זיך באטייליגן ביים מעמד החופה בשמחת בית גור.

Blog Image

די ברידער'ס המשפיעים רבי נחמן אין רבי חיים יוסף בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים עלייה לציון אביהם האדמו"ר רבי אלתר אלעזר מנחם מלעלוב זצ"ל אויפן הר הזיתים.

Blog Image

האדמו"ר מספינקא אין א טאנץ מיט הנגיד בנש"ק ר' יוחנן טווערסקי פון בארא פארק ביי די בר המצווה די וואך פון נכדו הב' הבר מצווה זוהן פון חתנו הרב לוי יצחק טווערסקי.

Blog Image

שלוחה דרבנן הרב יצחק גאלדקנאפף ביים המנה זיין מיט דברי חרוזין ביים חתונה הגדולה בחצר הקודש גור.

Blog Image

רירענדע 'אגרת קודש' וואס כ"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א האט אפגעשריבן פאר קהל חסידיו ארויסצוהעלפען די משפחה פון האברך ר' ישראל ארי' זעלקאוויטש ז"ל וואס איז ליידער אוועקגעריסן געווארן פארלאפענעם מוצאי שבת איבערלאזענדיג א שטוב מיט קליינע יתומים.

Blog Image

די פראכטפולע ביהמ"ד דחסידי סאדיגורא לאנדאן אין די גאלדערס גרין געגענט אנטפלעקט נאך העפטיגע בוי ארבעט די לעצטע פאר יאר.

Blog Image

א הערליכע בילד איז פארשפרייט געווארן, וואו מרן הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, איז עוסק בתורה אין די טונקל נאך א קורצשלוס.

Blog Image

הגה"צ אבד"ק צאנז ארה"ב אויפן פליגער אויפן וועג קיין ניו יארק אויף א באזוך בקרב חסידי צאנז אין אמעריקע.

Blog Image

א הארציגע טרייסט בריוו געשריבן דורך האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא צו די באטראפענע פאמיליעס פון די וואס זענען ליידער אומגעקומען אינעם מלחמה אין ארץ ישראל, אויף ראשי תיבות פון די ווערטער 'חזקו ואמצו'.

Blog Image

טרייסט וואונטשן פון צענדליגער מוסדות אין מפעלי צדקה וחסד אינערהאלב ק"ק באבוב צו די פטירה פון הנגיד ר' לייבל רובין ז"ל ראש וראשון לכל קדשי בית באבוב.

Blog Image

הרה"צ רבי מאיר נתן לייזער בן האד' מפשעווארסק ביים אויסרעפלען די גורל אויף א בעכער מיט וואס אביו האדמו"ר מפשעווארסק האט זיך באנוצט אין וועלכע די תומכי הכולל האבן געהאט א חלק.

Blog Image

חבר הכנסת הרב משה גפני ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האד' מפרמישלאן ביים חתונה די וואך פון אן אייניקל ביים רבי'ן שליט"א.

Blog Image

האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא ביי תפילת מנחה איידער די לעצטע שבע ברכות און ישיבה גדולה דספינקא מלובש מיטן גארטל פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע, וואס איז געברענגט געווארן דורך הרה"ח ר' וואלף כ"ץ הי"ו וואס האט זוכה געוועהן משמש צו זיין הרה"ק מסאטמאר זיע"א אלס הויז בחור.

Blog Image

כ"ק אדמו"ר מקאפישניץ זקן אדמו"רי בית רוז'ין ביים זיך באטייליגן ביים לויה פון הב' אלישע יהונתן לובר הי"ד, א חרדי'שע סאלדאט וואס איז ליידער אומגעקומען אין עזה.

Blog Image

די מקהלת תשב"ר בחצר הקודש סערט וויזניץ וועלכע האבן זוכה געווען צו מהנה זיין במשך ימי החנוכה בצל הקודש, ביים ערהאלטן ברכת קדשו פון כ"ק האדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א אינאיינעם מיט די ראש המשוררים בחצר הקודש סערט וויזניץ הרה"ח ר' חיים בנט.

Blog Image

האדמו"ר ממונקאטש ביים פארלאזן די שמחת החתונה נעכטן נאכט בשמחת בית מונקאטש.

Blog Image

העסקן הרב חנוך זייברט וועלכע לויפט פאר מעיאר אין שטאט בני ברק אויף א באזוך די וואך במעון הקודש פון האדמו"ר מסאטמאר אין קרית יואל, ווי די רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די מצב המלחמה אין ארץ ישראל.

Blog Image

חסידי סקווירא ביים ארויסבאגלייטן האדמו"ר מסקווירא אינעם לופטפעלד אויפן וועג קיין מאליבא קאליפארניע ווי די רבי וועט וויילן די קומעמדיגע וואכן אויף אפרוה.

Blog Image

הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו בכורו פון האד' ממכנובקא בעלזא ביים מחזק זיין איינע פון די צובראכענע פאמיליעס וואס זייער קינדער זענען ליידער פארכאפט אין עזה.

די לאנגע טונעל וואס איז אנטדעקט געווארן די וואך אונטער די ליובאוויטשער הויפטקוואטיר אין 770 איסטערן פארקוועי אין קראון הייטס, וואס איז געבויעט געווארן דורך א גרופע בחורים דורכאויס די קאראנע תקופה ווען 770 איז געווען פארשפארט.

Blog Image

הרב מיכל פירער משב"ק האד' מבעלזא ווערט געזעהן ביים שבע ברכות בבית העסקן ר' מאטי פריד.

Blog Image

ביים שמחת הברית לבן הנולד ביים בארימטער ירושלימער עסקן ר' שימי בלוי ווערט געזעהן הרה"צ רבי משה ברזובסקי בן האד' מסלונים וועלכע איז מכובד געווארן מיט ברכות, אין העסקנים הרב מאיר פרוש חבר הכנסת, אין הרב שמעון שישא יושב ראש מרכז עזרה ויעוץ.

Blog Image

א קיפקע בחורים אין די וויזניצער ישיבה אין מודיעין עילית פארטיפט אין א שאך שפיל ליל ניטל.

Blog Image

חדר פירן פון אן אייניקל פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען אין ת"ת פאפא אין לינדען.

Blog Image

דער בארימטער משמח אלוקים ואנשים ר' יענקעלע קארנבליט אויף א באזוך די וואך אין שטוב פון הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א.

Blog Image

הגה"צ ר' נפתלי מנחם ווייס אב"ד ספינקא בית שמש ביים שמחת החאלאקע לבנו ביי גאב"ד מאקאווא וועלכע האט געבעטן דעם רב צו זינגען עטליכע נגוני קודש לבית ספינקא.

די וואך ביים שמחת החתונה בחצר הקודש גור.

Blog Image
Blog Image

ערשטע מכון להוצאות דברות קודש פון האדמורי"ם לבית ראחמיסטריווקא מיטן פאסיגע נאמען 'אמירא דכוותא' אזוי ווי די ספרים פון אביו זצ"ל 'אמרות טהורות', ווי עס ווערט אפגעדריקט וועכענטלעך די דברי תורה וואס איז געזאגט געווארן דורך האדמו"ר מראחמסטריווקא מאנסי וואס איז כידוע אנגעזאפט מיט דברי תורה וסיפורי צדיקים.

Blog Image

האדמו"ר מראזלא על קברי אבותיו, צדיקי בית קאסאן, אויפן קאסאנער בית החיים.

Blog Image

הרה"ח ר' פנחס ביכלר אנפירער אין גרינדער פונעם בארימטן 'מלכות קאפעליע' ביים באקומען ווארימע ברכת הקודש פון רבו האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א, ווי די רבי האט איהם געשאנקען א חנוכה מטבע אין זיך באדאנקט פאר ר' פנחס פארן אנפירן די קאפעליע במשך ימי החנוכה.

Blog Image

גאב"ד סאטמאר מאנסי ווערט געזעהן אהיימגייענדיג נאך די לעצטע ליכט חנוכה, מיטן מנורה.

Blog Image

העסקן הרב יצחק ברוך שפיצער אין זיין ברידער העסקן ר' יודל שפיצער ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האדמו"ר ממונקאטש ביי די חתונה די וואך.

Blog Image

די פאפולערע צאנזער גליון 'בצילא דמהימנותא' מיט אריבער 90 עמודים פון פלפולים וואס האד' מצאנז האט משמיע געוועהן במשך די ימי החנוכה.

Blog Image

כ"ק אדמו"ר מזוטשקא אמסנא שליט"א ביים ציון הק' פון הרה"ק מטאהש זיע"א אין קרית טאהש יצ"ו.

Blog Image

א בריוו אונטערגעשריבן דורך אלע דיינים פון בית דין צדק דהתאחדות קהילות החרדים אין שטאט לאנדאן ווי זיי דרוקן ארויס קעגן דאס וואס חסידישע מיידלעך פארן אליינס אויף וואקאציע, די בריוו וואס טראגט אויך דער חתימה פון הגה"צ גאב"ד לאנדאן און אלע חברי הבית דין צייגט אהן אויף די מכשולות וואס דאס ברענגט צו.

Blog Image

דער בארימטן פאטאגרעפירער ר' שלומי טריכטער בקודש פנימה ביי מרן פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א ווי דער פוסק האט אים ווארעם אן געוואונטשן מיט הצלחה.

Blog Image

תלמידי ישיבת דינוב בקודש פנימה ביי האדמו"ר סאטמאר נאכן וויילן אויף שבת אין קרית יואל.

Blog Image

קרישקעס האט באמערקט דעם בארימטן משמח אלוקים ואנשים ר' יענקעלע קארנבליט די וואך ביים ציון הק' פון הרה"ק מריבניץ זיע"א, אויפן וויז'ניצער בית החיים אין מאנסי.

Blog Image

א גוט ווארט פונעם בארימטן משמח אלוקים ואנשים הרב יעקב מיללער יארעמער רב.

האדמו"ר מליסקא ביים שפילן שאך ניטל מיט אן אייניקל.

ניטל נאכט • אין ישיבת 'תומכי תמימים' אין שטאט אלעד איז ספעציעל אראפגעברענגט געווארן א מייסטער שאך שפילער זיך צו פארמעסטן מיט די בחורים.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר הרב משה פערעלשטיין משב"ק האדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, לרגל שמחת נישואי בתו הכלה בשעה טובה ומצלחות ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר החתן משה חיים וויינבערגער הויז בחור ביי האדמו"ר בארניב שליט"א, לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומצלחות ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר ר' יהושע העשיל היימאן לרגל שמחת נישואי בתו למזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר הרב יהושע ברוך פאקשער מגבאי בית מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, לרגל די שמחת הבר מצווה לבנו ני"ו למזל טוב, אינעם בילד האדמו"ר מוויז'ניץ ביים וואונטשן מזל טוב ביים שמחה.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר ר' אהרן שמואל בלומנבערג מגדולי עסנקני חצר תולדות אברהם יצחק, לרגל די שמחת הבר מצווה פון בנו ני"ו, אינעם בילד דער תולדות אברהם יצחק רבי ביים 'לחיים' אין הר יונה נאכן הנחת תפילין.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר ר' אשר פייג משב"ק האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, לרגל שמחת נישואי הבן בשעה טובה ומצלחות ולמזל טוב.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00