הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' האזינו א' • כ"ח אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


כ"ק האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג וועלכע האט פארשפעטיגט דעם לעצטן פליגער פאר שבת קיין אמעריקע, איז פארבליבן אין ארץ ישראל בעירום ובחוסר כל נאכדעם וואס די רענצלעך זענען אפגעפלויגן מיטן עראפלאן קיין ניו יארק, די עסקנים האבן זיך באלד אריינגעלייגט אין איינגעהאנדלט א נייע שטריימל, קאפטן, און א צאנזער גארטל כנהוג, מיט אלע אנדערע בגדים פארן רבין אויף שבת.

Blog Image

דער פאליציי קאמאנדיר פונעם תל אביב דיסטריקט דעפארטמענט אין ארץ ישראל מר. פרץ עמר, האט באזוכט די וואך מיט זיינע געהילפן בקודש פנימה פון האדמו"ר ממודז'יץ זיך וואונטשן צום נייעם יאר.

Blog Image

האד' מצאנז קלויזענבורג אין א שמועס מיט הרה"ח ר' הערשל קאהן מנהל און מייסד 'רופא חולים', אינאיינעם מיט הרה"ח ר' ישעי' בערנאטה מראשי חברה 'הצלה' וועלעכע האבן זיך דורכעגרעט מיטן רבין איבער פארשידענע קאמפלעצירטע שאלות בעניני רפואה.

Blog Image

כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אין א שמועס מיט העסקן הרב יוסף דוד שעכטער נאכן באזוך במעון הקודש פון כ"ק הגה"צ המשפיע רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מברסלב במקום הנופש אין עיה"ק צפת.

Blog Image

האד' מסטוטשין אויף א באזוך ביי האד' מסקולען לרגל דעם נייעם יאהר.

Blog Image

דער ריזן 'אוהל התפילה' בחצר הקודש קארלין סטאלין אין גבעת זאב גרייט אויף יו"ט ראש השנה הבעל"ט.

Blog Image

אשרי העם שאלו הם מנהיגיו! • שטייענדיג נאכן דערהויבענעם שבת וואס איז געפראוועט געווארן אין מירון דורך האדמו"ר מזוועהיל, וואס האט צוליב אן אלמנה ארויסגעדינגען א צווייטער פלאץ צו פראווען די שבת מיט די חסידים, האט די אלמנה מיט איר משפחה אפגעשריבן א הארציגע בריוו וואו זיי טוען זיך גאר שטארק באדאנקען פארן זוועהילער רבי שליט"א און די קהילה, ארויסברענגענדיג די הרגשים זעענדיג ווי שטארק דער רבי און די קהילה זענען נזהר אין די כבוד פון אנדערע מענטשן, אונטערן קעפל "אשרי העם שאלו הם מנהיגיו!"

Blog Image

הרה"ח ר' בערל קליין ראש החברה בחצר הקודש בעלזא ביים צוגרייטן די לעבעדיגע פיש פאר רבו האדמו"ר מבעלזא לכבוד יו"ט ראש השנה.

האדמו"ר מוויזשניץ לאנדאן ביים לחיים אין די נייע שטוב פון הרב דוד טוגנטהפט שליטא אב"ד נשמת ישראל אין די הענדאן געגנט.

Blog Image

הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בן כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א ביי א באזוך די וואך אין ת"ת דשיכון סקווירא.

Blog Image

אויפן וועג ארויס נאכן באזוך אינעם ת"ת האט הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א אין באמערקט א קינד וויינען, האט ער זיך אפגעשטעלט זעהן וואס עס האט פאסירט, ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז עס געווען זיין אייניקל, און דאס קינד האט זיך בארואיגט זעהענדיג זיין זיידע.

Blog Image

הרב יצחק גולדקנופף חבר הכנסת אינאיינעם מיט זיין געהילף ר' מוטי בבציק אויף א באזוך במעונו פון האדמו"ר מסאדיגורה, ווי די רבי האט זיי אנגעוואונטשן ברכה והצלחה אין פיל סייעתא דשמיא.

Blog Image

אומאן ראש השנה • אויפן פליגער וואס איז געווען אנגעפילט מיט חסידי ברסלב פארענדיג צום רבי'ן אויף ראש השנה, איז דער פילאט ארויס צוזאמען מיט די גאנצע ציבור אין א פייערדיגע התלהבות ,זינגענדיג אומאן אומאן ראש השנה…

לברך ולהתברך • האדמו"ר מליזענסק אויף א באזוך ביי האדמו"ר מסקולען זיך וואונטשן צום נייעם יאר, ווי די ליזענסקע רבי שליט"א האט געשאנקען פארן סקולען'ע רבי שליט"א די נייע תהילים מהדורת ליזענסק.

Blog Image

המשפיע הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מברסלב ביים עולה זיין לתורה די וואך בבית האכסניא במקום הנופש אין צפת, ווי די רב טוט וויילן אין די יעצטיגע טעג, ביי שחרית האט זיך אויך באטייליגט דעם רב'ס חברותא כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א.

‏דער בארימטער פאטאגרעפירער א. אייזנבאך האט קרישקעס די וואך באמערקט במעונו פון האדמו"ר מבעלזא, אפצונעמען ברכת הקודש לקראת די נייע יאר, די רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכה והצלחה אין פיל סייעתא דשמיא.

Blog Image

האדמו"ר מסלונים ביים שענקען א הערליכע מזוזה פארן איש החסד הרב דוד וייטמאן מנכ"ל ארגון 'בלב אחד' צו קביעה אינעם קינדער אפטיילונג 'בלב אחד' וואס וועט בקרוב אריינגיין אין באנוץ אין שטאט ביתר עילית.

Blog Image

‏שמחה של מצווה • האדמו"ר ממכנובקא בעלזא ביים אויסוועלן א אתרוג כהכנה צו יו"ט סוכות הבעל"ט.

Blog Image

וראה בנים לבניך • קרישקעס האט די וואך געזעהן האדמו"ר מליסקא זיך גרייטן צו די ימים הנוראים הבעל"ט אינאיינעם מיט זיין אייניקל בהיכל בית מדרשו.

הרב חיים אלעזר רוזנפלד מנהל בית לפליטות ביים נעמען שלום פון כ"ק האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א אין ירושלים.

Blog Image

הרב מאיר רובינשטיין מעיאר פון שטאט ביתר ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האדמו"ר מפינסק קארלין די וואך ביים שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז פארגעקומען אין ביתר עילית.

Blog Image

האדמו"ר רבי נחום ארי' סאפרין מקאמארנא אויף א באזוך במעונו פון האדמו"ר רבי רפאל אבוחצירא לברך ולהתברך בברכת השנים, ווערט געזעהן הרב חיים יצחק ווייס ר"מ בישיבת בני היכלא.

Blog Image

העסקן הרב חנוך זייבארט ביים אריבערגיין זיך וואונטשן צום נייעם יאר ביי האדמו"ר מצאנז, ביי קבלת קהל אין שטאט בני ברק לקראת די ימי הרחמים והרצון.

Blog Image

הונדערטער חסידי תולדות אהרן די וואך אויף א תפילה אין אתרא קדישא מירון בראשות פונעם רבי'ן שליט"א לקראת די ימים הנוראים.

האדמו"ר מיאוואזשנא ביים עריכת שולחן הטהור און סיום הש"ס לרגל די יארצייט פון הרבנית הצדיקת מיאוואזשנא ע"ה, ווערט געזעהן הגה"צ אבד"ק גרינוויל ביים אויפטרעטן.

Blog Image

הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא ביים מעמד קביעת מזוזה אויף די נייע הויז וועלכע וועט דינען צו הילף פאר די משפחות פון חולי ישראל וועלכע וויילן אין די העקענסעק שפיטאל. ווערט געזעהן העסקן רבי דוד חיים הערמאן מגדולי עסקני חצר הקודש סקווירא.

Blog Image

די וואך ביים שמחת הברית פון אן אייניקל ביי האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא וואס איז פארגעקומען אין די לעניקס שפיטאל האט קרישקעס באמערקט העסקן הרב יודל שפיצער וואס איז מכובד געווארן מיט עמידה לברכות ביים שמחת הברית.

Blog Image

הרבני הנגיד ר' בערי ווייס איז מבקר חולה ביי האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא אין שפיטאל.

Blog Image

קרישקעס האט די וואך באמערקט האדמו"ר מזוועהיל ארה"ב ביים מיטהאלטן די העפטיגע בוי ארבעט ביים נייעם בית מדרש הגדול דחסידי זוועהיל אין מאנסי, וואס וועט שוין בקרוב אריין גיין אין באנוץ בס"ד.

Blog Image

הערליכן שופר בייטל פאר הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א לכבוד די ימי הרחמים והרצון בצל הקודש פונעם רב שליט"א נתנדב דורך הרה"ח ר' מאיר ראטה שליט"א אייגענטומער פון "מלכות דזשודעיקא".

Blog Image

האדמו"ר מרחמיסטריווקא לינדען איז מסדור קידושין ביי א חופה די וואך לבן אחד מחסידיו.

Blog Image

האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין טרעט אויף ביי א מסיבה די וואך לטובת קופת החסד פון די אוקענוויין געגענט אין שטאט לעקוואד.

Blog Image

האדמו"ר מפאפא ביים זיך אומקוקן אויף די צוגרייטונגען אין בית מדרש הגדול פאפא אין וויליאמסבורג צום יו"ט ראש השנה.

Blog Image

אין בית מדרש הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג איז אויך דאס יאהר אויפגעבויט געווארן גאלעריעס אין ביהמ"ד כדי צו קענען אקאמאדירן די פולע חסידים וואס קומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש.

המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים טובלען די נייע מעסער לכבוד ראש השנה כנהוג ביים כלים מקווה אין בני ברק.

Blog Image

העסקן הרב שלום אלי' פעלבערבוים, אינאיינעם מיטן בארימטן שריפטשטעלער ר' מענדי אונגאר האט קרישקעס באמערקט נעכטן ביים 'פתיחת שערי מקווה טהרה' אינעם בנין ביהמ"ד החדש דשיכון סקווירא, זיך אימקוקן אויף די הערליכע ארבעט.

Blog Image

הרב יצחק גולדקנופף חבר הכנסת אינאיינעם מיט זיין געהילף ר' מוטי בבציק אויף א באזוך במעונו פון האדמו"ר מנדבורנה לברך ולהתברך בברכת השנים.

Blog Image

הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב מוצ"ש אין אתרא קדישא מירון אינאיינעם מיט די נגידים ותומכי ארגון רופא חולים. ווערט געזעהן הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א פון בארא פארק, בן הרה"ק בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל, און הנגיד ר' יעקב דוד ראטה בעה"ב פון "מפואר".

Blog Image

ועל ידי עבדיך • דער בארימטער חזן און בעל מנגן הרב ישראל אדלר ביים שמחת החתונה בחצר הקודש בעלזא דאס יאר, ביים פארזינגען די ניגון ועל ידי עבדיך פון די ראש השנה'דיגע דאווענען.

דער וועלט בארימטער מגי"ש הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א אין א שמועס מיט האדמו"ר מניקלשבורג בבית מדרשו אין וואודבערן.

Blog Image

האדמו"ר מרחמיסטריווקא לינדען ביים זיך משתתף זיין די וואך ביים תנאים בבית זידיטשויב לינדען.

Blog Image

הויכראנגיקע פאליציי אפיצירן פון ירושלים זענען אריין די וואך אל הקודש פנימה צו האדמו"ר מביאלה זיך אנצווואונטשען צום נייעם יאר.

Blog Image

האדמו"ר מבערגסאז ביים סעודת ההילולא פון אביו כ"ק האדמו"ר מבערגסאז זצ"ל בהיכל בית מדרשו.

Blog Image

דער משמח אלקים ואנשים הרב וועלוויל גאלדשטיין מחאצאצק אין א טאנץ ביי א חתונה די וואך מיטן בעל מנגן ר' אברהם פריעד.

ביים מעמד הכנסת ספר תורה פאר המספיק אין קרית יואל האט איינער פון די שפילער'ס געוואלט ווייזן טאלאנט, און געשפילט א ניגון מיט א שופר, אז מען קען, קען מען…

Blog Image

קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:

א ברכת מזל טוב פאר הבה"ח הערשי קארפען הויז בחור ביי האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א לרגל זיין שידוך שליסן די וואך בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב, בילד קרעדיט: מ.א.נוימן.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר הרב יוסף שארף מגדולי עסקני חצר הקודש וויז'ניץ, לרגל די שמחת השידוך שליסן פון זיין טאכטער בשעה טובה ומצלחת ולמזל טוב, אינעם בילד ווערט געזעהן הגה"צ אבד"ק וויז'ניץ אלעד ביים שמחת הווארט.

Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00