הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


האדמו"ר מפשעווארסק ביי מלוה מלכה די וואך מיטן לעגענדארן פילאנטראפ און תומך תורה הנגיד ר' אליש ענגלענדער פון לאנדאן.

Blog Image

ביים באזוך די וואך פונעם מאקאווא רב במעונו פון האדמו"ר מתולדות אהרן לברך ולהתברך בברכת השנים, האט דער מאקאווא רב ארויסגענומען א פעדער אין געשריבן א קוויטל פארן רבי'ן להיפקד בדבר ישועה ורחמים.

Blog Image

הרב משה יוסל צימעט משב"ק האדמו"ר מתולדות אהרן ביים ארויס באגלייט דעם מאקאווא רב נאכן באזוך.

Blog Image

הגאון הגדול רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקא אויפן וועג אהיים פונעם מסע חיזוק אין לאנדאן, אין א תורה'דיגע שמועס מיט תלמידו הגאון ר' איטשע מאיר שטערנבוך ר"מ בישיבת מיר.

Blog Image

האדמו"ר מקאסאן ביים מעמד קביעת מזוזה פאר די ערשטע אידישע גראסערי אין שטאט לינדען אינטער די אייגנטומערשאפט פון הנגיד ר' אברהם שמעון הערבסט.

Blog Image

האדמו"ר מבוהוש איז מתפלל ביים קבר רבי מאיר בעל הנס אין טבריה לקראת די הייליגע טעג.

Blog Image

‏‏4:00 פארטאג'ס אין קרית צאנז ירושלים • קרישקעס האט באמערקט האדמו"ר מצאנז ביים פארלאזן בית מדרשו אין ירושלים, נאכן פארענדיגן קבלת קהל אין די פריע פארטאגס שעה'ן, נאך וואס די רבי האט שוין אנגעפאנגען פראווענען דעם עולם 7:30 פארנאכט'ס. ווערט געזעהן די משמש בקודש האלטענדיג א פולע זעקל אנגעפילט מיט קוויטלעך.

Blog Image

‏די זעלבע אין בני ברק ווי די רבי איז ארויסגעקומען 4:10 פארטאג'ס קישן די ארון הקודש אין בית מדרש נאכן אויפנעמען די חסידים לקראת די ימי הרחמים והרצון.

Blog Image

‏הגאון רבי מנחם מנדל פומרנץ ריש מתיבתא עוז והדר באזוכט ביי האדמו"ר מבעלזא ווייזענדיג פארן רבי'ן די נייע רמב"ם און שולחן ערוך המבואר עוז והדר.

Blog Image

האדמו"ר מנדבורנה ביתר מיטן שטעקן וואס איז מיוחס צום הייליגן יוד הקודש פון פשיסחא זיע"א, ביי א באזוך די וואך ביי איינע פון די נגידים ותמכי המוסדות אין בארא פארק.

Blog Image

אני לדודי • הגה"צ גאב"ד זוועהיל ביי א שיחת חיזוק אין ישיבת להבת התורה ביאלה ב"ב אין שטאט ביתר עילית.

האדמו"ר מהרי"ד מלעלוב ביי תקיעת שופר די וואך נאך אמירת סליחות אין בית המדרש מגדלי הדקל אין שטאט אשדוד.

Blog Image

הרב מאיר רובינשטיין מעיאר פון שטאט ביתר ביי מקבל זיין ברכת קדשו פון האדמו"ר מויז'ניץ די וואך, ווי די רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכה והצלחה אין פיל סייעתא דשמיא.

Blog Image

באש להבה • האדמו"ר משענדישוב ביי הבדלה בקול חוצב להבות אש כנהוג דעם פארלאפענעם שבת בבית מדרשו החדש אין שטאט מאנסי ווי די רבי האט געוויילט אויף שבת.

ביי די חתונה די וואך פון אן אייניקל ביי האדמו"ר מניקלשבורג, די כלה א טאכטער ביי בנו דער בארימטער משמח אלוקים ואנשים הרב יואל לעבאוויטש.

Blog Image

הגה"צ אב"ד שומרי שבת שליט"א באזוכט אין די קאך פון זיין הייליגן זיידן רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר.

Blog Image

האדמו"ר מקאליב וואס וויילט די טעג אין אמעריקע, אויף א תפילה ביים ציון הקדוש פון אדמור"י בית סקולען זיע"א.

Blog Image

האדמו"ר מסקולען לעיקוואד אויף א באזוך די וואך ביי האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוק ענד וויין שליט"א ווי עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינעם שמועס איבער פארשידענע מנהגי קודש אין סיפורי צדיקים, אין די רבי'ס האבן זיך געזעגנט לשלום, אין זיך געוואונטשן צום נייעם יאר.

Blog Image

הרב יצחק גולדקנופף חבר הכנסת אויף א באזוך במעונו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים.

Blog Image

הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א אדמו"ר מתורת חכם ביים אנוואונטשן לחיים פארן בארימטן מחזיר בתשובה הגרי"ד גרוסמן, ביים סעודת ברית פון א חסיד אין שטאט אלעד.

Blog Image

‏דער וואך ביים באזוך פון חכם ניסים בן שמעון אין שיכון סקווירא האט קרישקעס באמערקט דעם חכם ביי א באזוך אינעם מרכז הכוללים אין שיכון סקווירא ווי ער האט גערעדט אין לערנען מיט די זקני לומדי הכולל.

Blog Image

כ"ק האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביים אנוואונטשן די געטרייע בעל האכסניא פונעם רבי'ן אין די לעצטערע טעג אין הר כנען הנגיד ר' שלמה פונפדר, די וואך מאנטאג נאך תפלת מנחה, ווי די רבי האט זיך באדאנקט פאר זיין מורא'דיגע געטריישאפט.

Blog Image

הגה"צ רבי אברהם כ"ץ שליט"א גאב"ד טאהש מאנסי נאכן שיעור יומי פאר די אבריכי הכולל איבער די וויכטיגקייט פון ארויסהעלפן די מקום תורה זאל ווייטער קענען אנגיין ביתר שאת וביתר עוז.

שלושים יום קודם לחג • הגאון רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבודקא ביים בודק זיין אן אתרוג בשמחה של מצוה, שטייענדיג שלושים יום קודם החג.

Blog Image

הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א אדמו"ר מתורת חכם ביים סעודת הברית לבן הר"ר נחמן שנעק, איידעם ביי הגה"צ רבי ניסן דוד קיוואק שליט"א ממשפיעי ברסלב, ווי די רבי שליט"א האט געדינט אלס סנדק.

Blog Image

האדמו"ר מערלוי ביים אנקומען אנקומענדיג דער וואך אויף א תפילה ביים ציון הקדוש פון התנא אלוקי רבי מאיר בעל הנס אין טבריה.

סָלַחְתִּי כִּדְבָרֶךָ • אן התרגשות'דיגע מעמד סליחות איז פארגעקומען די וואך מאנטאג באשמורת הבוקר אין בית הכנסת "שערי נסים" אין ירושלים מיט די פערזענליכע השתתפות פונעם ראשון לציון הרב הראשי לירושלים הגאון רבי שלמה משה עמאר שליט"א, ווען הונדערטער ילדי ירושלים האבן זיך צוזאמענגענומען אויפן יערליכע מעמד 'הסליחות המרכזי'. ביים מעמד האט קרישקעס באמערקט ירון אנג'ל אייגנטומער פון די אנג'ל בעקעריי, וועם דער רב הראשי האט אנגעוואונטשן מיט א גוט געבענטשט יאר.

לקראת יום הדין • א נאכט פון חיזוק איז פארגעקומען אין די טעג שטייענדיג איידער די הייליגע טעג הבאים לקראתנו לשלום דורך די "האומה" ארגאניזאציע, בראשותו פון הגה"צ רבי מרדכי שיינברגר דער רב פון אור הגנוז, ווי עס האבן זיך באטייליגט הונדערטער אידן פון גאנץ ארץ ישראל.

טויזענטער פאליצאנטן האבן זיך די וואך געפונען אין קראון הייטס צוליב די לעיבער דעי פאראדע, צווישן זיי האט זיך געפונען א היימישע פאליציאנט פישל ליצמאן פון קראון הייטס וועלכע האט געטראפן אינמיטן טאג א שטילע ווינקל אין 770 צו דאווענען מנחה צום בורא עולם, און פארגעסן פון די וועלט בשעת'ן זיין אנגעטוהן מיט זיינע פאליצייאישע בגדים.

Blog Image

אין ישיבת עטרת ישראל אין מודיעין עילית איז פארגעקומען אן עצרת התעוררות לרפואתו השלימה פונעם ראש הישיבה הגאון רבי ברוך מרדכי בן הינדא מלכה אזרחי שליט"א, ווי עס האבן זיך אויך באטייליגט צווישן אנדערע די רב העיר מודיעין עילית הגאון הרב מאיר קסלר, הרב יצחק לוקסנבורג משגיח הישיבה, אין הגאון הרב בן ציון אזרחי ר"מ הישיבה.

הרבני הנגיד הנכבד בנש"ק הרב יוחנן טווערסקי האט לכבוד יו"ט געקויפט א נייע מייסטער האניג האלטער פארן נייעם רבין כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א (ב"פ) פונעם בארימטען 'העריטעדזש זילבער' געשעפט.

Blog Image

האדמו"ר מספינקא מאנסי אין א טאנץ מיט הרה"צ דניאל רוקח מליזענסק ביים שמחת החתונה די וואך פון זיין טאכטער וואס איז פארגעקומען אין שטאט מאנסי.

האדמו"ר מראדושיץ אינאיינעם מיט הגאון מרדכי גרוס גאב"ד חניכי הישיבות ביים פוקד זיין דעם ציון הקדוש פונעם הייליגן בעל שם ממיכלשטאט זיע"א אין דייטשלאנד.

חכם ניסים בן שמעון מגדולי מנהיגי עדת הספרדים ביים מתפלל זיין אויפן ציון הקדוש פון הרה"ק מריבניץ זיע"א.

Blog Image

‏‏פון אונזער נאסטאלאגישע ארכיוון: הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זיע"א ביים ציון פון אמו הרבנית ע"ה, אנגעטוהן מיט א קוטשמע צוליב די שטארקע קעלט, ווערט אויך געזעהן בנו הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זיע"א.

Blog Image
Blog Image

קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:

אן הארציגע ברכת מזל טוב פאר ידידנו הרב ברוך דוד קאלאדני הי"ו ממנהלי מערכת 'קול בחצרות' לרגל הולדת בתו למזל טוב.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר הרה"צ המשפיע רבי משה יעקב הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא, לרגל הולדת בנו למזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר הרב יו"ט ליפמאן ברייער משב"ק רבות בשנים ביי האדמו"ר בעל ה'נועם יוסף' מליזענסק זיע"א, לרגל די שמחת החתונה פון זיין טאכטער בשעה טובה ומצלחת ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר הבה"ח החתן בצלאל פריינד הויז בחור ביי האדמו"ר מסקולען, לרגל זיין חתונה בשעה טובה ומצלחת ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר ידידנו ר' שמעון ברים משב"ק הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן גאב"ד מערב בני ברק לרגל הולדת בנו בכורו למזל טוב.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר הבה"ח אברהם ליבער מבאי ביתו פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, לרגל די שמחת השידוך שליסן די וואך בשעה טובה ומצלחת ולמזל טוב. ביים שמחת הווארט בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן שליט"א די וואך, בילד קרעדיט: א. אייזנבאך.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר די בעל מנגן ר' משה שטעקל לרגל די שמחת החתונה פון זיין טאכטער בשעה טובה ומצלחת ולמזל טוב, אינעם בילד ווערט געזעהן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א און א טאנץ מיט מיט ר' שמה ביים חתונה די וואך.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00