הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


האד' מראחמיסטירווקא אין א שמועס מיט הרה"צ רבי אברהם שמואל צבי רוקח נכד האד' מבעלזא אויפן פליגער פון ניו יארק צוריק קיין ארץ ישראל.

Blog Image

כ"ק האדמו"ר מבאבוב 45 ווערט געזעהן ארומגענימען מיט חסידים אינעם באן אויפן וועג צום שטאט באבוב, פוקד זיין דעם ציון הקודש פון זקינו הרה"ק מבאבוב זיע"א, ביים דערהויבענעם נסיעה 'אהבת איתן' צו די מקומות הקודשים אין פולין.

Blog Image

כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א ביים שרייבן א קוויטל ביים ציון הק' פונעם פעטער הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל הארט נאכן מעמד הקמת מצבה אינעם בית החיים הר שלום אין מאנסי.

Blog Image

כ"ק האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א אין א שפאציר מיט הרב שלמה טויסיג שליט"א, זייענדיג צוגאסט אין לאנדאן אויף א משפחה שמחה.

Blog Image

בשבת אחים • האדמו"ר מלעלוב שליט"א אין א טאנץ מיט זיין פעטער האדמו"ר מהרי"ד מלעלוב שליט"א ביים שמחת החתונה די וואך בשמחת בית לעלוב.

Blog Image

שטייענדיג אויף די פארענטשעס ביים שמחת החתונה פון לעלוב – וויז'ניץ, האט קרישקעס באמערקט פון די אנדערע זייט פארענטשעס א לעיזער-פוינטער שיינען אויף די וואס כאפן בילדער.

דער משפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א לייגט ארויף זיינע הענט אויפן קאפ און בענטשט דעם בדחן הרב ישראל אדלער נאך די התרגשות'דיגע גראמען ביי די גרויסע חתונה אין בני ברק.

Blog Image

דעם שבת נאכן עריכת שולחן הטהור פון מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וועט המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א פראווען א באטע לכבוד די שבת של שמחה, די שבת שבע ברכות פון בנו החתן מיט די כלה אן אייניקל פונעם וויזניצער ראש ישיבה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א, אינעם גרויסן שאטער אין קרית וויז'ניץ בני ברק.

Blog Image

דער משגיח הגאון רבי דן סגל ביים מתפלל זיין אויפן ציון פון האדמו"ר בעל 'חוקי חיים' משומרי אמונים זצ"ל אויפן הר הזיתים לרגל ההילולא.

Blog Image

ברא כרעא דאבוה • האדמו"ר משומרי אמונים ביים טיש לרגל הילולת אביו האדמו"ר זצ"ל ביים טיילן שיריים פאר בנו הינוקא.

Blog Image

ביים באזוך פונעם חבר הכנסת אין בוי מייסטער הרב יצחק גולדקנופף אין שכונת הר יונה האט זיך טעלעפאניש פארבינדן הרב בעריש קאהן בן האד' מתולדות אברהם יצחק וועלכע שטייט בראש פון די קהילה אין הר יונה אין האט זיך באדאנקט פאר זיין שטענדיגע הילף פאר די ארטיגע קהילה אין מוסדות.

Blog Image

בחצר הקודש סקווירא הייבט מען זיך שוין אן צוצוגרייטן צום הייליגן יו"ט סיכות, ווען אין די טעג ווערט אויפגעשטעלט די גרויסן סוכה בחצר הביהמ"ד.

מעמד הכנסת ספר תורה צום היכל ישיבת שומרי אמונים אין ירושלים און לרגל די יארצייט פון הרה"ק בעל 'חוקי חיים' משומרי אמונים זי"ע ביי נכדו הגה"צ ראש ישיבת שומרי אמונים.

הצדיק אבד לדורו אבד • דער פרישע ציון הקודש פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל אויפן אינעם נייעם בית החיים הר שלום נעבן מאנסי.

Blog Image

מאחורי הפארענטשעס • הינדערטער חסידים ביים מיטהאלטן די שיחות קודש אין זכרונות משנים קדמונית ביים שיבעה בחצר הקודש ראחמיסטריווקא.

Blog Image

ארויסקומענדיג אינדרויסן נאכן מנחם אבל די אדמו"רים האט קרישקעס באמערקט הרב שלום בער פישל מגדולי עסקני חצר הקודש סקווירא מיט זיין איידעם ביים טישל פון די ספרים 'אמרות טהרות' וואס הרה"ק מראחמיסטריווקא זיע"א האט מחבר געווען.

Blog Image

מאנסי: אין די קאמיוניטי קאנעקשאנס פון די וואך פ' כי תצא, איז ארויסגעשטעלט געווארן די פאלגענדע מודעה.

Blog Image

א התנצלות וואס איז ארויסעגשטעלט געווארן מטעם קהילת ראחמסטריווקא, נאך וואס מאסן האבן זיך באטייליגט ביי די לויה פון כ"ק האדמו"ר הרה"ק מראחמסטריווקא זצוק"ל און עס איז געווען זייער שווער צו אפגעבן די ריכטיגע כבוד פאר אלע באטייליגטע אריינגערעכנט אדמו"רים ורבנים שליט"א.

Blog Image

נאכן זיך טרעפן מיט פארמאכטע גאסן אן קיין שום מעלדונג פון פאראויס ביי די גרויסער רחמיסטריווקא לוי' פאריגע וואך האט דער ווילעדזש אוו טשעסטנאט רידש אטוירני אין גרויס אויפברויז געשיקט א בריוו צום פארוואלטונג פון די הר שלום בית החיים אינעם שכינות'דיגן עירמאנט, ווי זיי שרייבן אז בעת וואס מען האט מודיע געווען די עירמאנט באאמטע האט מען זיי גארנישט געזאגט פון פאראויס, און מיטאמאל זענען גאסן געווארן אפגעשפארט אויף א אומדערהערטע פארנעם. זיי שרייבן אז אזוינס וועט נישט טאלארירט ווערן און פארלאנגען א פאראויס מעלדונג פון 6 חדשים פאר אזעלכע לויות, א גאר שווערע טעכנישע פארלאנג…

Blog Image
Blog Image

א שטענדער פאר קידוש אין הבדלה מיט וואס כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געזאלט זיך באנוצן אינעם גרויסן שטוב, למעשה האט זיך די רבי נישט באנוצט מיט דעם שטענדער.

Blog Image
Blog Image

האדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט"א אין א טאנץ אויפן טיש מיט החתן בן גיסו המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים גרויסן פארשפיל די וואך מוצ"ש אין ירושלים, בילד קרעדיט: א. אייזנבאך.

Blog Image

כ"ק האדמו"ר מסערט וויז'ניץ די וואך אויף א קביעת מזוזה אין שטוב פון ר' אברהם בנט זהון פונעם בעל מנגן הרה"ח ר' רובי בנט, ביים רבינ'ס באזוך אין בארא פארק.

Blog Image

די לאגא צום בעפארשטייענדן מסע קודש פון האד' מצאנז קלויזנבורג אין ארץ ישראל נאך קרוב צו 10 יאהר וואס די רבי האט נישט באזוכט בארה"ק.

Blog Image

בשיח סוד • האדמור"ים מספינקא אין לעלוב אין א שמועס במקום הנופש אין דאוואס שווייץ.

Blog Image

פעליגער טשעק פון גאנצע דרייסיג אלפים! תלמידי הישיבות סאטמאר ברענען מיטן הייליגן פלאם פארן חינוך הטהור שאפנדיג אסטראנאמישע סכומים פארן סאטמאר רבי'נס הייליגע קאסע 'שקל הטהור' ברענגענדיג א געוואלדיגע קורת רוח פאר כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

Blog Image

הני תרי בדחני ר' יעקב יוסף לאנגזאם מיט ר' וועלוול פעלדמאן ביים שמחת השבע ברכות בחצרות קרעטשניף – סקווירא.

הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א דינט אלס סנדק ביי א ברית די וואך אין קראקא.

Blog Image

הרב אלימלך לאנדמאן, הרב עזריאל פינס, און הרב יעקב פאשקעס, אייגענטומער פון די נייע שמגר שאפינג צענטער אין ירושלים, צייגן די נייע קאמפלעקס פאר הגרח"צ שפירא ראב"ד בעלזא.

Blog Image

כ"ק הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א אין א טאנץ מיט העסקן הרב דוד מרגלי יו"ר וועד העולמי דחסידי מאקאווא וועלכער טוט זיך ערהוילן ב"ה נאך א שווערע עקסידענט מיט עטליכע חדשים צוריק אין אונגארן.

Blog Image

המשפיע הרה"צ רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א מיט ווארימע ווערטער לקראת די הילולא קדישא פונעם הייליגן תוס' יו"ט זיע"א נישט צו רעדן ביים דאווענען.

הרה"צ רבי שלום רוקח שליט"א מבעלזא נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא ביים באזוך אינעם מקווה המפואר אין די רובע ז' געגנט אין אשדוד, געציילטע טעג נאך וואס די מקוה איז באנייעט געווארן.

האדמו"ר מרימינוב אויף א באזוך די וואך ביי האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט אין ירושלים, (בילד קרעדיט: מ.א.נוימן‎).

Blog Image

האדמו"ר משומרי אמונים קרית גת ביים אנקומען צוריק אין ארצינו הק' נאכן וויילן אויף אפרוה אין ראמעניע.

Blog Image

כ"ק האדמו"ר מקרעטשניף שליט"א ביים לחיים נאכן קביעת מזוזות אינעם נייעם שטוב פון נכדו החתן הרב יוסף מאיר ראזענבוים שליט"א וועלכע האט זיך אין די טעג באזעצט אין שטאט מאנסי.

Blog Image

‏אן אינטערסאנטע באגעגעניש אין 'כלל ישראל שוהל' אין וואודבארן צווישן האדמו"ר מניקלשבורג אין דער משמח אלוקים ואנשים רבי וועלוועל גאלדשטיין.

‏חותך חיים לכל חי • האדמו"ר מביטשקוב ביים ערהאלטן נייע מעסער'ס צום נייעם יאהר וואו דער מנהג.

Blog Image

דער בארימטער פאטאגרעפירער א. אייזנבאך ביי די עבודת הקודש ביים גרויסן חתונה די וואך בשמחת בית וויז'ניץ – לעלוב.

Blog Image

דער פאטאגרעפירער ר' שלומי טריכטער ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון כ"ק האדמו"ר מלעלוב ביים שמחה החתונה די וואך בשמחת בית לעלוב.

Blog Image

דער בעל מנגן ר' אהר'לע סאמעט ביים ערהאלטן ברכת קדשו פונעם משפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן מלעלוב ביים שמחת השבע ברכות די וואך פון בנו החתן.

Blog Image

שינאווע פשטות • שטייענדיג אין די שלושים צו די פטירה פון כ"ק האדמו"ר משינאווא זצוק"ל איז אנגעקומען צו קרישקעס אן אומקלאר וואונדערליכע בילד ווי דער שינאווא רבי זצוק"ל איז בודק חמץ במסירת נפש אונטער א שאפע ליגנדיג אויף דער ערד, היי יאר ערב פסח תשפ"ג, זייענדיג אלט קרוב צו 94 יאר!..

Blog Image

היסטאריע • רפואה העלפליין ארגענעזאציע האט אויפגעטריבן אין א קארגע 36 שעה קאמפיין צו מער ווי $7,300,000 די קאמפיין וואס איז געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה אין סייעתא דשמיא איז אנגעפירט געווארן דורך דער טאלאנטפולער מארקעטער יואלי פריעד, און זיין שטאב אין פריעד-קא.

Blog Image

א הערליך האנט געמאלן בילד פון כ"ק האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, טאנצענדיג מיטן ספר תורה אין די האנט בהתלהבות אש קודש.

Blog Image
Blog Image

קרישקעס וועכענטליכע מזל טוב'ס:

א ברכת מזל טוב פאר הרבני ר' יואל ווייס מחברי הנהלת תורת משה יאוואזשנא, ומגדולי תומכי מוסדות תולדות אברהם יצחק, לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן נפתלי מענדל נ"י בשעה טובה ומצלחת ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר החתן יוסף שמעון שעכטער הויז בחור לפני ולפנים ביי האדמו"ר מוויז'ניץ, לרגל די שמחת 'שבת אויפרוף' בשעה טובה ומצלחת ולמזל טוב, אינעם בילד ווערט דער חתן געזעהן זיך ווינטשן ביי כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א די וואך.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר העסקן הרב יעקב אליעזר שישא מנהל ומייסד קופת החסד 'טוב וחסד', לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן בשעה טובה ומצלחת ולמזל טוב.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00