הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' חקת בלק – י' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


‏‏ההרים והגבהות יפצחו לפניכם רנה • א ווארימע תפילה צום בורא כל עולמים פאר אחינו בני ישראל וואס פארן ארויס אויף די בערג במשך די זומער וואכן, אינעם בילד ווערט געזעהן די חשובע געטרייע מחנכים פון מוסדות סאטמאר אינעם יונגל קעמפ אין מחנה רב טוב די טאג וואס די קינדער זענען אנגעקומען אין די קעמפ'ס.

Blog Image

תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם • האדמו"ר מפינסק קרלין האט זיך די וואך באטייליגט ביי די שמחת החתונה פון אן אייניקל פונעם שטוף-ברידער הרה"צ רבי סיני האלבערשטאם גאב"ד צאנז שיכון ג' מיט די כלה א טאכטער פון האדמו"ר מלויצק שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעשטעלט אין ווארים באגריסט דעם רבין שליט"א.

Blog Image

טלית של מצוה • אין די טעג איז געשטעלט געווארן אויף ליציטאציע א טלית וואס האדמו"רים מגור אין ראחמסטריווקא שליט"א האבן זיך באנוצט, פאר א פאנטאסטישע סכום געלט.

Blog Image
Blog Image

כאחד האדם • די לאדען'ס אין שטוב פון כ"ק האדמו"ר מאמשינוב שליט"א איז געווארן צובראכן, אבער די רבי נישט וועלנדיג מטריח זיין קיינעם איז מיט א זעלטענער ענווה אין פשטות געזעצן אויף די ערד פאר קרוב צו 2 שעה אין עס אליין פארראכטן.

Blog Image

די וואך ביי די שמחת החאלאע פון א איר אייניקל האט זיך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א טעלעפאניש פארבינדן מיט מחותנו האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א ווינטשן מזל טוב לרגל די שמחה במעונם.

Blog Image

קרישקעס האט נעכטן באמערקט א פרנס היום אין די סאטמארע בית מדרש אין מאנטריאל, וואס איז נתנדב געווארן דורך הנגיד ר' מיכל ראזענבערג לע"נ רבו הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זיע"א.

Blog Image

דער בעל מנגן ליפא שמעלצער ביים אויפרופן האדמו"ר מטאהש שליט"א צו מצוה טאנץ ביי די חתונה לבת הרבני הנגיד ר' בערי ווייס, אויפן טאהש'ער אהבה רבה ניגון.

ובלכתך בדרך • הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א ווערט געזעהן אויפן וועג קיין קרית יואל צום דערהויבענעם שמחת שבת שבע ברכות וואס איז געפראוועט געווארן אין קרית יואל זייענדיג עוסק בתורה.

Blog Image

האדמו"ר מבאבוב שליט"א ביי ניחום אבלים בבית משפחת ביגלאייזען שיחיו מחשובי חסידי בעלזא אין בארא פארק.

Blog Image

קרישקעס האט די וואך באמערקט הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א אין א שמועס מיטן בארימטער בעל מנגן הרב מאיר אדלער.

Blog Image

‏האדמו"ר מבוהוש ביים שמחת החתונה לנכדת ראש הישיבה רבי אשר דויטש, בת לחתנו הגאון רבי שלמה גוטסגנדה מראשי ישיבת כנסת יצחק – חדרה.

Blog Image

‏האד' מוויז'ניץ באגעגענט זיך מיטן ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף ביים מעמד חיזוק לימוד הרמב"ם דורך ארגון שיננא.

Blog Image

כאחד האדם • האדמו"ר מלעלוב ביתר ביים דאווענען תפילת מנחה סמוך לשקיעה אנגעטוהן מיט די תפילין דר"ת.

Blog Image

וקווי ה' יחליפו כח • המשפיע הרה"צ רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א וואס איז אנגעקומען קיין ניו יארק אויף א מסע חיזוק בקרב מעריציו, ביים זיצן אין לערנען אין חצר פון די אכסניא.

Blog Image

בנאות דשא • האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א ביים שפאצירן אויף די קרית יואל'ע גאסן וויילענדיג אין שטאט לטובת מוסדותיו.

Blog Image

קרישקעס האט די וואך באמערקט א שיינעם מזל טוב שמועס נאכן מעמד החופה בשמחת נישואי החתן הרב ישעי' שליט"א בן האדמו"ר מראחוב שליט"א עם בת מוה"ר משה שמואל שווארץ שליט"א חתן אדמו"ר מסאווראן זצוק"ל. בילד קרעדיט: א. אייזנבאך.

Blog Image

כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ביים עולה זיין לתורה אין בענטשען גומל היינט ביי קריאת התורה אין עסטרייך.

א שיין בילד פון האדמו"ר מנדבורנא צפת שפאצירנדיג דער וואך אויף די צפת'ע געסערליך.

Blog Image

בנש"ק הרב יוחנן טווערסקי ביים שנאדערן די פאנטאסטישע סוממע פון א האלבע מיליאן דולר פאר די נייע בנין בית חינוך לבנות ראחמיסטריווקא לרפואתו השלימה פון דודו האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א דעם פארגאנגענעם זונטאג ביי א מעמד העמודים פאר די נגידי ותומכי המוסדות.

הרה"ג ר' שלום רוקח נכדו בכורו של הרבי מבעלזא ביים חופה בבית הנגיד ר' שרוליק קליין אין 'כתר הרימון' איידערן אפרייזן קיין מעלבארן אוסטראליע. בילד קרעדיט: אנשיל בעק.

Blog Image

ביים סעודת החתונה איז אויך אנגעקומען בנו יחידו פונעם בעלזא רב – הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח, וואס איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא.

Blog Image

אייגענטומער פון די בארימטע אנג'ל בעקעריי ביים ערהאלטן א ברכה פון הרה"ג ר' שלום רוקח ביים חתונה.

Blog Image

בית האכסניה פון הרב שלום רוקח שליט"א אין אסטראליע, אין שטוב פון ר' אלי' בענעדיקט, הערליך צוגעגרייט צום געהויבענעם באזוך.

Blog Image

‏א הערליכע חלה דעקל און האנטוך מיט די סימבאל פון די נסיעה.

Blog Image
Blog Image

גאב"ד קוממיות י-ם ביים וואונטשן הרב מאיר פרוש ביי די חתונה בבית יו"ר 'קרן השביעית' בארה"ב הנגיד הרב יוסי הלפרין.

Blog Image

מיט פרייד האבן הונדערטער תושבי לעיקוואד אנטפאנגען דעם חשובן משגיח הגאון רבי בנימין פינקל, וועלכע איז געקומען וויילען א וואך אין אמעריקע מחזק צו זיין די בני ישיבה אין חו"ל. אינעם בילד ווערט געזעהן ראש ישיבת לעיקוואד רבי מלכיאל קוטלער שליט"א ביים באגלייט די משגיח הגאון רבי בנימין פינקל ביים אריינקומען אין היכל הישיבה.

Blog Image

דער משגיח ביים אויפטרעטן נעכטן מיטוואך אין די ת"ת אין לעיקוואד.

Blog Image

הגה"צ רבי יעקב משה לעבאוויטש שליט"א ראש ישיבת בית הלל אין מאנסי, איז די וואך אנגעקומען קיין עיר התורה וחסידות לעקוואד ווי די ראש ישיבה האט איבער געגעבן א שיעור פאר די תלמידים פון ישיבת ברכת אליער סערט וויזניץ, ווי נאכן שיעור האט די ראש ישיבת געקלאפט א מזוזה אין א מסובת לחיים.

Blog Image

נאכן פארענדיגן א זיצונג איבערן וועד לעניני תקשורת ווי מען איז העפטיג פארנומען די טעג אויסצושטעלן די נייע גדרים אינעם נושא פון טעלעפאנען אין פיל נאך, איז דער יו"ר הוועד הגאון רבי משה הלל הירש ר"י סלבודקה אריבערגעגאנגען באזוכן הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א ר"י הרשב"י וועלכע האט זיך נארוואס אומגעקערט קיין ארץ ישראל נאך זיין נסיעה קיין אמעריקא. הגרמ"ה הירש האט צום ערשט מנחם געווען דעם גאון וועלכע איז נאך בתוך השלשים פון זיין זון ז"ל. דערנאך האט מען יעדעם ארויסגעשיקט פון צימער און די צוויי גאונים האבן פארברענגט א לענגערע צייט בסוד שיח אינעם צימער.

Blog Image

החלטת האסיפה • א קריטישע אסיפה איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם ערב שב"ק אין שטוב פון האדמו"ר מוויזשניץ מאנסי שליט"א, אנבאלאנגט די קריטיש וויכטיגע וואלן אין שטאט.

Blog Image

קרישקעס האט די וואך באמערקט אויף די בערג דער חשובער עסקן הרב יצחק ברוך שפיצער ביים ארויסהעלפן אין די טעג וואס די בחורים קומען אן אין די קעמפ'ס.

Blog Image

דער בארימטער בעל מנגן ר' מאיר אדלער ביים מסיבת לחיים אין די אפיסעס פון בית אח שמח אין א שמועס מיט רבו מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א.

Blog Image

דעם פארגאנגענעם שבת איז געווען גאר א פארנומענע, אויפן נייעס פראנט אין רוסלאנד, די נאכאנאנדע דראמאטישע אנטוויקלונגען האבן געהאלטן מיליאנען בירגער געשפאנט און אנגעצויגן במשך'ן טאג, אבער אין די זעלבע צייט איז פאר די אידן אין אלע שטעט אריינגערעכנט מאסקווע געווען מנוחה ושמחה אור ליהודים. אין די זעלבע צייט – אינטערן שאטן פון כאאס – האט זיך געעפנט די מחנה גן ישראל איבער גאנץ רוסלאנד, וואס האט אינטער זיך איבער טויזענט קינדער קע"ה פון ארום גאנץ רוסלאנד, אין איינע פון די אנגעצויגענע טעג איז הרב בערל לאזאר שליט"א הויפט רב אין רוסלאנד אריבערגעגאנגן באזוכן איינע פון די קעמפס ווי ער האט מחזק געווען די קינדער און מעורר געווען צו אויסניצן די צייט מיט לימוד התורה. אויפן בילד ווערט געזען די רב מיט די קינדער.

Blog Image

לקראת הילולא • א הערליך געמאלן בילד פון הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זיע"א שטייענדיג אין די טעג ארום די הילולא קדישא.

Blog Image
Blog Image

קרישקעס וועכענטליכע מזל טוב'ס:

קרישקעס טוט ווינטשן א ברכת מזל טוב פאר הרב הצדיק רבי נחום כהן שליט"א (הנקרא באבא נחום) לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן ארי' כהן בן לבנו ר' שלום וואס איז פארגעקומען אין לעיקוואד, די רב האט זיך משתתף געווען מריחוק מקום וקירוב הלב.

א ברכת מזל טוב פארן וויז'ניצער עסקן הרב ישראל שטנגר לרגל שמחת הולדת הבת בשעה טובה. אינעם ווידיאו ווערט געזעהן ר' ישראל ביים מקבל זיין ברכות קדשו פון רבו מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א.

חתונת המשבקי"ם • האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אין א טאנץ ביים שמחת החתונה פונעם הויז בחור החתן יענקי גוטמן עב"ג בת הרב ישראל נח רוב משב"ק כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א.

Blog Image

חסידי סאטמאר וואונטשן זיך מזל טוב לרגל די הכתרה פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א אלס רב אין סאטמאר אין קרית יואל.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר יואלי רוקח מהנכדים המפורסמים בחצר הקודש מכנובקא בעלזא לרגל שמחת הולדת הבן הבכור בשעה טובה שהוא גם נצר לשושלת בית סטראפקוב ופרדס כץ.

א ברכת מזל טוב פארן משב"ק פון האדמו"ר מקרעטשניף הרב משה ישראל פרלשטיין לרגל אירוסי בתו, עם החתן היקר יחיאל יהושע בן הר"ר רבי נחמן דייטש, חתן המשגיח הרה"ח רבי שמואל חיים הרשקוביץ.

ביים שמחת החתונה לבן הרה"ח ר' מרדכי קרויס שליט"א מנהל מערכת קול אנ"ש ואנ"ש בלעטל ומגדולי עסקני קהלת תולדות אהרן, האט קרישקעס באמערקט אן הערליכן פלע'ג וואס "איחוד מוסדות תולדות אהרן" האט געשיקט צום שמחת החתונה.

Blog Image

אן הערליכן גרויסער פלע'ג פון "איחוד מוסדות גור" איז די וואך געשיקט געווארן צו די זאלן פון כתר הרימון ביים חתונה פון אן אייניקל פונעם נגיד, מגדולי תומכי מוסדות גור הרב מאיר כהן, טאכטער ​​פון זיין זון ר' שאול.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00