הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' קרח – ג' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


ימלא ה' כל משאלותינו לטובה • ווי א יעדן ער"ח זענען טויזענטער אידן ארויף געגאנגען דעם פארגאנגענעם זונטאג ערב ראש חודש תמוז פוקד זיין דעם ציון הקדוש פונעם פועל ישועות הרה"ק מריבניץ זצ"ל אינעם ביה"ח אין מאנסי, אינעם טאג וועלכע איז אן עת רצון להיפקד בדבר ישועה ורחמים, און ווי ברייט באקאנט ווערן דארט פילע אידן כסדר אויפגעראכטן מיט כל טוב.

Blog Image

ימות המשיח • הרב הערש מיכל העלער מראשי העסקנים אין תולדות אהרן ווערט געזעהן ארויסהעלפן ביים נייעם צייטווייליגן ביהמ"ד דחסידי תולדות אברהם יצחק אין ירושלים בעת די אנגייענדע בוי ארבעט ביים ביהמ"ד.

Blog Image
Blog Image

עד הנה עזרונו רחמיך • כלל חסידי בעלזא ווערן נאכאמאל גערופן ווייטער צו מתפלל זיין פאר א גענצליכע רפואה פאר כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א מרן רבי ישכר דוב בן מרים לרפו"ש בקרוב בתוך שאר חולי ישראל.

Blog Image

דער מיניסטער יצחק וסרלאוף די וואך ביי א פראווייטער באזוך אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א.

Blog Image

‏דער שופט כריס אקסיאס וועלכער לויפט פארן אמט פון פאמיליע דזשאדזש אין ניו יארק, ביים ערהאלטן ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ארה"ב שליט"א.

Blog Image

הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א בן האדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביים שמחת החתונה לבת הרבני הנגיד ר' בנימין פיליפסאן אין פראנקרייך, אינאיינעם מיט הנגידים החשובים לבית סאטמאר ר' משה שמואל זופניק און ר' ליפא פריעדמאן.

א חשוב'ע חבורה פון בני עלי' זענען אנגעקומען די וואך צום שטאט קרעטשניף, פוקד צו זיין דער ציון פונעם פועל ישועות הרה"ק רבי מאיר מקרעטשניף א זון פון הרה"ק רבי מרדכי מנדבורנא, וועלכע איז בשעתו געווען אויסגערופן אלס צדיק נשגב און פועל ישועות בקרב הארץ.

כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א נאכן פוקד זיין דעם ציון הקודש פון אדמור"י בית סאטמאר אראפ שפאצירענדיג די בארג אין א שמועס מיט המשפיע הרב מאטה פראנק.

אין די לעצטערע טעג איז פארשפרייט געווארן אן הערליך ווידיאו פון מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א מוצ"ש אין אתרא קדישא מירון נאכן וויילן אין פראווען א דערהויבענעם שבת אין מירון.

גייענדיג אויף די אלעד'ע גאסן האט קרישקעס באמערקט הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א גייענדיג מיטן משמש נאכן טעגליכן שיעור אין ישיבה כאחד האדם.

Blog Image

הרה"צ ר' חיים ברוך לייפער שליט"א מבישטנא – קרית טאהש ביים סעודת ר"ח תמוז בביהמ"ד אושפיצין בעיה"ק ירושלים.

Blog Image
Blog Image

המשפיע רבי יצחק משה ערלאנגער אויף א באזוך במעונו פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א לרפו"ש.

Blog Image

האדמו"ר מסאטמאר שליט"א גייענדיג צו תפילת שחרית צומארגענס פון די חתונה הגדולה בשמחת בית סאטמאר מיטן הויז בחור החתן יעקב עפשטיין.

חבר מועצת גדולי התורה הגאון ר' ברוך מרדכי אזרחי ביים שמחת התנאים פון א אייניקל ביי ר' משה גפני חבר הכנסת.

Blog Image

העפטיגע הכנות און קהל ייטב לב דסאטמאר אין בני ברק ווען און צענטער פון שיכון סאטמאר ווערט אויפגעבויעט א גרויסן שאטער צו פראווען די גרויסע מעמד בראשות הגה"צ מסאטמאר וויליאמסבורג שליט"א און חצר פון בנין בית מדרש הגדול דסאטמאר.

Blog Image

‏כ"ק אדמו"ר מאמשינוב ביי א ברית די וואך לבן אחד מחסידיו.

הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ביים קביעת מזוזה די וואך ביי די בארימטע GB מלבושים געשעפט אין בני ברק, וואו עס איז דערנאך פארגעקומען א מסיבת לחיים.

Blog Image

250 ילדי כתה א' בלעה"ר אין תלמוד תורה באיאן פראווענען זייער חומש סעודה, אינעם צענטראלן קלויז אין ירושלים.

פייערליכע ריקודין היינט ביומא דהילולא פון הרה"ק מליובאוויטש זצוק"ל אין די חב"ד הויפטקווארטירן 770 אין קראון הייטס.

דער רב פון עיר בני ברק הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לנדא אויף א באזוך די וואך אין געשעפט פון יוסי סבן אין צפת, וואו יעדער צפת'ער איינוואוינער האט שוין איינגעקויפט אין פארגאנגענהייט.

Blog Image

די וואך האט כ"ק אדמו"ר מבני תורה צאנז באזוכט ביי ש"ב כ"ק אדמור מצאנז קלויזענבורג שליט"א, ווי ער האט איינגעלאדנט דעם צאנז קלויזענבורג'ער רבי אנטיילצונעמען אין די חתונה פון אן אייניקל, מיט אן אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

Blog Image

הונדערטער לאנדאנער תושבים, און באזונדער איינוואוינער פון די וועסט גרין געגנט האבן אנטיילגענומען אין די גרויסע שמחה בבית הרה"ג ר' חיים מאיר לאבין שליט"א, רב פון די וועסט גרין געגענט. אויפן בילד ווערט געזען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א ביים חופה.

Blog Image

קרישקעס האט באמערקט דער בארימטער זינגער ר' ליפא שמעלצער ביים אפנעמען ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א ביי די חתונה די וואך פון בת הרבני הנגיד ר' בערי ווייס.

Blog Image

כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א די וואך ביים תפילין לייגן פאר א אייניקל, א זוהן ביי חתנו הרה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן אין מאנסי.

Blog Image

המזמרים בפני הקודש • די בארימטע מלכות קאפעליע פון ארצינו הקדושה וואס האבן מהנה געווען ביים פראכטפולע רייכע שמחת השבע ברכות וואס איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענע וואך בחצר הקודש סקווירא, זענען נאכן מעמד אריבער זיך ווינטשן בפני הקודש, די רבי האט זיך נאכגעפרעגט אין געוואונטשן ברכת קדשו מיט פיל הצלחה אין ס"ד אויף ווייטער.

Blog Image

הרה"ח ר' פנחס ביכלר אנפירער אין גרינדער פונעם קאפעליע ביים באקומען ווארימע ברכת הקודש פונעם סקווירא רבי'ן שליט"א.

Blog Image

עץ חיים הוא למחזיקים בה ותומכי' מאושר • אין די ראמען פונעם באקאנטן "אדאפט-א-כולל" פראגראם, האט דער יששכר פארטרעטער, הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג אפגעשטאט א באזוך ביים שותף זבולון קהילה, קהילת אש קודש בנשיאות הגה"צ רבי חיים וויינבערגער שליט"א. די אטמאספערע איז געווען גאר געהויבן און דער שטימונג גאר אויסנאם ווען דער משפיע שליט"א האט גערעדט דברי חיזוק און מעודד געווען די קהילה קדושה ווייטער אנצוהאלטן זייער מצוה רבה, דערנאך האט דער משפיע זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע ריקוד לכבוד די עמודי התווך מחזיקי תורה שטייענדיג צום זייט פון דער רב הקהילה הרה"ג רבי חיים וויינבערגער שליט"א.

Blog Image

געזעגענונגס בריוו פון הרב החסיד ר' אשר רוזנבאך לאנגיעריגער גבאי און עסקן אין קהילת ומוסדות ביאלא, וועלכער לאזט אצינד די שווערע ארבעט פאר די אינגערע כוחות אין די קהילה.

Blog Image

אן הערליך בילד פאטאגראפירט געווארן די וואך פון די ילדי תלמוד תורה בעלזא אין בארא פארק.

Blog Image

הגאון רבי אהרן בראנסדארפער שליט"א מו"ץ בקהילת תולדות אהרן וראב"ד בי"ד ובית הוראה 'לשכת הפוסקים' בקודש פנימה פון מרן פוסק הדור כ"ק ראב"ד ירושלים שליט"א לרגל שמחת נישואין פון זיין טאכטער שתחי', אינאיינעם מיט החתן המל"ח אברהם יצחק ני"ו בן הרה"ח ר' מרדכי קרויס שליט"א מגדולי עסקני ותמכי קהלה קדושה תולדות אהרן לרגל די שמחת חתונה וואס איז פארגעקומען די וואך בשטומ"צ ולמזל טוב, ווי צווישן אנדערע האט דער חתן איבער געגעבן פארן רב די הערליכע נייע ספר וואס ער האט מחבר געווען לקראת די חתונה ווי די רב שליט"א האט זייער באוואונדערט דעם ספעציעלן ספר אין הלכה וואס דער חתן האט מחבר געווען.

Blog Image

האדמו"ר מבארדיטשוב אויף א באזוך ביי מרן הגאון ראב"ד ירושלים.

דער בארימטער זינגער אהרל'ע סאמעט ביים ערהאלטן ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקאליב, נאכן מהנה זיין ביים מעמד הכנסת ספר תורה בחצר הקודש קאליב.

Blog Image

א גאר אינטערסאנטע אינהאלטסרייכע פרעזענטאציע אהערגעשטעלט דורך קהלות ומוסדות צאנז בארצינו הקודשה לקראת די בעפארשטייענדע קאמפיין בקרב הקהילה.

נייע הערליכע מקוה טהרה באנייט אין די טעג אין קרית צאנז לעיקוואד לטהרתן של ישראל.

הגה"צ אב"ד פשעווארסק לאנדאן שליט"א ביי א חתונה דער וואך אין לאנדאן.

הרה"ג רבי מרדכי הערש שפיצער שליט"א ראש ישיבת תורת צבי ספינקא ביי זיין טעגליכע שיעור יומי מיט אן אינטערסטאנטער מעשה אין עפענונג פונעם נייעם ישיבה גדולה תורת צבי ספינקא.

Blog Image

ברכת מזל טוב להרב יוסי דייטש פרויקטור מירון לרגל שמחת אירוסי הבת, מיט די זוהן פון ציקי כהן אייגענטומער פון די 'הצבי' בעקעריי.

Blog Image

א שמחה גדולה בחצר הקודש סאטמאר לרגל די שידוך שליסן פון די הויז בחור ביים רבי'ן החתן יעקב עפשטיין, וואס איז די וואך א חתן געווארן בשעה טובה ומוצלחת.

Blog Image

נאך א הויז בחור איז די וואך א חתן געווארן • החתן יהושע טרייטל משב"ק האדמו"ר משבט הלוי, וואס איז די וואך א חתן געווארן בשעה טובה ומוצלחת, קרישקעס שיקט א ווארימע מזל טוב.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00