הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

הכנות לקראת הילולת הרשב"י ל"ג בעומר אין מירון | יומא דהילולא פון הרה"ק ר' ישעיה'לע אין קערעסטיר | דער פאנאוויטשער ראש ישיבה הגאון רבי גרשון אדלשטיין שליט"א א בן מאה בליעה"ר | בא שבת בא מנוחה אין דזשארדזשיע, מיטן בארימטן פאטאגראפירער בחצר הקודש ויז'ניץ ר' יהושע פרוכטר | א שאנק מיט ספרים ביים באס סטאנציע

Blog Image

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים – ו' ניסן תשפ"ג | קול בחצרות


די וואך מאנטאג ג' אייר האבן הונדערטער טויזנטער אידן געשטראמט אין לויף פונעם טאג צום ציון הקדוש פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע אין שטאט קערעסטיר – אונגארן, ביומא דהילולא קדישא פונעם גרויסן צדיק וקדוש, פּועל'נדיג ישועות און רפואות פאר כלל ישראל בזכותו. היי יאר האט זיך אנגעזעהן א רעקארד צאל מתפללים ביים ציון אין די צענדליגע טויזענטער, פיל מער ווי אין די פארגאנגענע יארן.

די הילולא פון הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע איז אויך געפּראוועט געווארן אומעטום וואו עס געפינען זיך ערליכע אידן, מ'האט געצינדן ליכט און גרויסע סעודות זענען סערווירט געווארן אין בתי מדרשים, חרדי'שע ארבעטס פּלעצער און נאך, אנצוהאלטן דעם "לשובע ולא לרזון" פונעם צדיק. באזונדער זענען פארטיילט געווארן אומגעהויערע סכומים פאר צדקה צוועקן, ארויסצוהעלפן ארימע משפּחות איבער דער וועלט וועלכע קענען זיך נישט אליינס דעקן די קאסטן פון עסנווארג און גראסערי, טוענדיג אסאך אינעם הינזיכט פון גמילת חסדים וואס דער צדיק זי"ע האט דערמיט געשאקלט עולמות. מ'זאל האבן גע'פּועל'ט אלעס גוטס בזכות הצדיק, ובואכם לשלום פאר אלע וואס קומען אהיים פון קערעסטיר, און האפנטליך ברענגען זיי מיט ישועות ורפואות וכט"ס, און גע'פּועל'ט די גאולה שלימה, אמן.

הינדערטער אידן אנגעשעפט מיט פולע השפעות טובות נאכן זיך אויסבעטן ביים הייליגען צדיק אין קערעסטיר ביומא דהילולא קדישא, אויפן וועג אהיים אינעם לופטפעלד אין בודאפעסט.

Blog Image

א בן מאה בליעה"ר • אין די טעג איז געפייערט געווארן די הונדערטס'טע יום הולדת פון הגאון האדיר רבי גרשון אדלשטיין שליט"א ראש ישיבת פאנאוויטש, גרייכענדיג די היסטארישע עלטער פון א "בן מאה" בליעה"ר.

דער ראש ישיבה שליט"א איז געבוירן אין די ליטא בשנת תרפ"ג, און אין עלטער פון 12 יאר איז דער ראש ישיבה ארויף מיט זיין משפחה קיין ארץ ישראל וואו ער איז אריין לערנען אין לאמזשע ישיבה אין פתח תקוה און איז שפעטער געווען פון די "מייסדים" פון די בארימטע פאנאוויזש ישיבה – כי אורך ימים ושנות חיים ושלום יוסיפו לו.

Blog Image

הגה"צ אבד"ק קרית ויזניץ ב"ב שליט"א וואס וויילט די טעג אין ארצינו הקדושה איז אנגעקומען מפאר צו זיין ביים מעמד סיום הרמב"ם אין ביהמ"ד חב"ד אין בני ברק, בראשות רבני העיר שליט"א.

Blog Image

הרבני הנגיד ר' שמואל האלפערין מראשי מפעלות התורה העולמי האט אין די לעצטערע טעג אינטערגענומען א נסיעה קיין חו"ל ארויף צו גיין באזוכן בבתי האדמור"ים ורבנים שליט"א אין ניו יארק צו ווייזן און מחזק צו זיין דעם לימוד דף היומי משניות. אין בילד: ר' שמואל ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א לרפו"ש.

Blog Image

הילולא בחצרות מודזיץ אין קוזמיר • לרגל הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר בעל ה"אמרי אש" זיע"א (נלב"ע ד' אייר תשמ"ד), וואס די וואך איז געווען די 39'סטע יארצייט להסתלקותו, האבן די אייניקלעך ממשיכי דרכו האדמו"רים שליט"א פון מודזיץ אין קוזמיר אפגעראכטן סעודות הילולא בבתי מדרשם.

Blog Image
Blog Image

האדמו"ר מסטראפקוב ביים געבן צדקה פאר 'קופת ישועות' דעם רבינ'ס קאסע, נאכן פוקד זיין דעם ציון הק' פון הרה"ק ר' מנחם מענדיל מסטראפקוב זי"ע ביומא דהילולא.

Blog Image

די וואך איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אנגעקומען צוגאסט בקרב חסידיו אין אשדוד, ווי די רבי שליט"א האט געדאווענט תפילת מעריב, און זיך דערנאך אומגעקוקט אויף די הרחבת גבולי הקדושה אינעם היכל הבית מדרש, מיטן אינסטאלירן דעם נייעם ארון הקודש און אלע צוגעהערן ארום אין ארום.

Blog Image

לקראת הילולת הרשב"י ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון האבן זיך די וואך די מיניסטאָרן ר' מאיר פּרוש און בן גביר זיך צוזאם געזעצט אויף א פארזאמלונג לקראת הילולת הרשב"י הבעל"ט אינאיינעם מיט נאך חשובע עסקנים, ווי עס האבן זיך באטייליגט צווישן אנדערע די מפכ"ל וסגל הפיקוד הבכיר פון די פאליציי אפטיילונגען, ווי מען האט ארום גערעדט אלע בעפארשטייענדע פלענער לקראת די הילולא קדישא.

Blog Image

איידער פארלאזן קערעסטיר האט כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א אנגעוואונטשן דער באקאנטער מגיד שיעור דף היומי הרב אברהם ישעיהו קובלסקי – מיט ברכה אין הצלחה אויף ווייטער.

בכיות נוראיות ביים ציון הקדוש• אין די לעצטערע שעות פונעם הילולא קדישא אין קערעסטיר איז אנגעקומען צום ציון הק' הרב משה יוסף פרידלענדער 'איש קערעסטיר' וואס האט מתפלל געווען אין אינזין געהאט די אלע תורמים וואס אין זייער זכות האבן הינדערטער טויזענטער אידן הנאה געהאט אין די טעג ארום די יארצייט אין שטאט קערעסטיר.

Blog Image

מען קומט קיין קערעסטיר מיט אן הכנה דרבה • אין די לעצטע עטליכע טעג וואס עס טוט זיך א גרויס געפארעכטס קיין קערעסטיר, האט זיך ארויסגעשטעלט די שיינקייט פון כלל ישראל ביי עטליכע אינצידענטן. א הצלה מעמבער פון וויליאמסבורג אויפן וועג פון ניו יארק קיין קערעסטיר האט דורכגעפירט ערשטע הילף אויף א נישט אידישער רייזנדע. אידן וואס האבן גערייזט פון לאנדאן קיין קערעסטיר האבן פארטיילט וואסער פאר אלע רייזנדע אויפן פליגער אריין גערעכענט פאר נישט אידישע לע"נ רבי ישעי' בן רבי משה זי"ע.

ווי אויך האבן עטליכע וויליאמסבורג הצלה וואלונטירן געמאכט א קידוש השם אויפן וועג צו קערעסטיר מאכנדיג א סטאפ אין פראנקרייך מיטן געבן ערשטע הילף פאר א נישט אידישע רייזנדער. ווי אויך האט א איחוד הצלה מעמבער אויפן וועג פון ארץ ישראל קיין קערעסטיר דורכגעפירט ערשטע הילף אויף א רייזנדער.

Blog Image

לשובע ולא לרזון • אין טאג פונעם יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק ר' ישעי' בן ר' משה זיע"א מקערעסטיר איז פארגעקומען אן אייגענארטיגע קאמפיין דורך "מרבה לשובע" לטובת נצרכים ונזקקים וואס דארפן צוקומען צו הילף לע"נ הרה"ק מקערעסטיר זיע"א, ווי במשכ'ן טאג איז געווען צוגעשטעלט צו עסן אינעם אונטערשטע שטאק פונעם שאפינג צענטער אין קרית יואל.

Blog Image

הגאון ר' משה בראנדסדארפער שליט"א ווערט געזעהן ביי די VIP אפטיילונג פון ר' ישעי'לעס גאסט הויז אין קערעסטיר ביום ההילולא.

Blog Image

דער לעגענדארער הויז בחור החתן יוסף שמעון שעכטער ני"ו משמש בקודש אין הויז בחור לפני ולפנים ביי מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א רבות בשנים, וועלכער איז מיט עטליכע וואכן צוריק א חתן געווארן בשעטו"מ צום טיפן פרייד פון כלל חסידי ויזניץ איבער די וועלט, איז אין די טעג זייענדיג אויף א באזוך אין אמעריקע ארויף בבתי אדמורי"ם ורבנים מקבל צו זיין ברכת קדשם לקראת יום שמחת לבו, אין ביהמ"ד צמח צדיק ויזניץ אין בארא פארק איז פארגעקומען א ספעציעלע מסיבת לחיים לכבודו לרגל די שידוך שליסן, וואו עס האבן זיך באטייליגט די קינדער פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א.

Blog Image
Blog Image

כאחד האדם אויפן טשארטער • כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר שליט"א וואס איז אפגעפלויגן קיין קערעסטיר פוקד זיין דעם ציון הק' פון הרה"ק ר' ישעי'לע זיע"א ביומא דהילולא קדישא, האט אויפגעטרעטן מיט ווערטער און שיינע מעשיות אויפן בעל ההילולא, אויפן ספעציעלן מייקראפאן אויפן פליגער, זייענדיג מעורר דעם גאנצן ציבור איידער די עלי' לציון.

Blog Image

ביי ר' ישעיה'לע אין ביהמ"ד • ווערט געזעהן די עסקנים פון ר' ישעילע'ס הויז ביים פארקויפן די עליות פאר גערעסערע סכימים, ווי אלץ בעל תפילה האט געדינט הרה"ח ר' שמואל שישא ברגע של נחת, מראשי חצר הקודש תולדות אהרן.

בסוד שיח • חסידי באבוב מערקן אן א בילד פון כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ לאנדאן שליט"א אין א שמועס מיט איינע פון די אויסגאבע'ס וואס איז ערשינען לכבוד חג הפסח העעל"ט, ווי עס ווערט געזען אויפ'ן רבי'נס טיש דעם קובץ אמרי קודש פון אדמור"י בית באבוב.

Blog Image

אין רמה ד' אין בית שמש איז געפראוועט געווארן אן הערליכע סעודת הילולא וסיום מסכת לרגל הילולת הרה"ק מקערעסטיר זיע"א בראשית דעם אורח הכבוד הרה"צ ר' יעקב לייפער שליט"א ראש ישיבת פיטסבורג וואס איז ספעציעל געקומען לכבוד די מעמד אין אויפגעלאכטן די אידן תושבי המקום מיט ווארימע נגיני קודש מרבותה"ק לבית פיטסבורג זיע"א.

תושבי וועסט פאלם ביעטש איינגעהילט אין פרייד • נאך אזויפיל שוועריקייטן אויפציבויען דעם מקוה טהרה אין וועסט פאלם ביעטש פלארידע האט מען ב״ה אין די טעג זוכה געווען אז ביידע מקוואות זענען פולקאם אין באניץ בתכלית הכשרות על צד היותר טוב, דערביי איז געפראוועט געווארן א מסיבת לחיים מיטן פערזענליכע באטייליגונג פון הגאון הגדול רבי געציל בערקאוויטש שליט"א דומ"ץ דקרית יואל.

Blog Image

האדמו"ר ממעז'יבוז ביים סעודת הילולא לרגל יומא דהילולא קדישא פון מרן הרה"ק הר"ר ישעי'לע מקערעסטיר זיע"א וואס איז פארגעקומען אין פתח תקווה, ווערט געזעהן צווישן אנדערע דער בארימטער פאטאגרעפירער בארה"ק נפתלי לרר וועם דער רבי האט אנגעוואונטשן מיט ברכות לרוב.

Blog Image

דער בארימטער עסקן הרב ר' שלום בער פישעל שליט"א פון שיכון סקווירא ווערט געזעהן אנקומען מיט די רענצלעך קיין קערעסטיר לקראת די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן ר"ר ישעי'לע זיע"א.

Blog Image

יענקע'לע קארענבליט (דער ירושלים'ער טאנצער) ברגע של נחת על יד הציון הק' שטייענדיג ביים טישל פון ר' ישעי'לע'ס גאסט הויז שרייענדיג "האסט געפוילט אלעס גוט'ס" בני חיי ומזוני…

Blog Image

הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק, איינגעהילט אינעם טלית נאכן דאווענען פארנט פון ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין לאנדאן, זייענדיג צוגאסט ביים פעטער האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן.

Blog Image

בא שבת בא מנוחה אין דזשארדזשיע • די וועלט בארימטן פאטאגרעפירער בחצר הקודש וויז'ניץ ר' יהושע פרוכטער ווערט געזעהן דעם ערב שב"ק אין דזשארדזשיע ביים געהויבענעם שבת קודש בראשות האדמו"ר מוויזניץ וואס איז געפראוועט געווארן פאר די תומכי "קופת המלכות" פון דעם וויז'ניצער רבינס קאסע, אין די פרעכטיגער האטעל אין דזשארדזשיע.

Blog Image

לקראת שבת לכו ונלכה • הרה"צ ר' גמליאל ראבינאוויטץ שליט"א ווערט געזעהן גיין דעם ערב שבת אויף די מירון'ער גאסן אויפן וועג צו דער מקווה, ווי די רב שליט"א האט געוויילט אויף שבת.

Blog Image

האדמו"ר ממינקאטש שליט"א וואס האט דעם פארלאפענעם וואך געוויילט אין שטאט מינקאטש לרגל די שמחת הבר מצוה פון נכדו ווערט געזעהן אין א שמועס מיטן חב"ד שליח פונעם געגענט.

Blog Image

האדמו"ר מוויז'ניץ בנאות דשא אין שווייץ ביים שפאצירן מיט חדב"נ הרה"ג מנחם מענדיל האגער שליט"א.

Blog Image

פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען אין קערעסטיר לקראת די יומא דהילולא פון הרה"ק ר"ר ישעי'לע מקערעסטיר זיע"א ווי עס ווערט געזעהן איחוד הצלה פון ארצינו הקדושה וואס איז ספעציעל געקומען לקראת די יומא דהילולא, ביים צוגרייטן אלע זיכערהייט מוסנאמען ארום דעם ציון הק'.

Blog Image

כ"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א ביים מתפלל זיין על ציון קדשו פון מרן הרה"ק משטעפינעשט זיע"א אינעם בית החיים נחלת יצחק אין גבעתיים לרגל די יומא דהילולא פון זקינו הרה"ק בעל ה'כנסת מרדכי' מסאדיגורה זיע"א.

Blog Image

די בעלי בתים פון לעווי'ס שטריימלעך געשעפט האבן דעם ערב יו"ט פסח געשאנקען פאר האדמו"ר מתולדות משה א נייע שטריימל לכבוד יו"ט.

פע"ח הרה"צ ר' שמעון מנחם נחום פריעדמאן שליט"א בן זקונים פון האדמו"ר בעל עטרת ישראל מסאדיגורה זיע"א ביים אפרעכטן א סעודת הילולא לרגל הילולת זקינו הרה"ק בעל ה'כנסת מרדכי' מסאדיגורה זיע"א אין בית מדרש חלקת יעקב בנשיאות זיין שווער אין וויליאמסבורג.

הרה"ח ר' משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר און זיין זוהן מו"ה יושע הערש ווערן געזעהן ביים ביה"ח אין קרית יואל ביומא דהילולא פון רבו האדמו"ר בעל 'ברך משה' מסאטמאר זיע"א

Blog Image

הגאון ראש הישיבה ר' שאול אלתר ביים שיעור כללי פאר די תלמידים פון ישיבת תורת עציון.

Blog Image

הרה"ג ר' מאיר חיים געשטעטנער שליט"א נייער רב פון קהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער ביים בענטשן גומל נאכן אנקומען קיין מאנטשעסטער.

Blog Image

איראן איז גענצליך משוגע געווארן • הגר"מ מאזוז שליט"א ראש ישיבת כסא רחמים האט ביי זיין וועכנטליכער שיעור פארגאנגענעם מוצאי שבת מעורר געווען די צוהערער צו זאגן די תפילת אבינו מלכינו נאכן דאווענען ווי אויך קאפיטלעך תהילים בשעת'ן עפענען דעם ארון קודש ארויס צו נעמען די ספרי תורה, זאגנדיג אז "איראן איז גענצליך משוגע געווארן און זיי ווילן ח"ו אטאקירן אידן בחרב ובחנית, מיט די אטאם באמבע חלילה, און מיר קענען בלויז טון איין זאך – מתפלל זיין".

Blog Image

האדמו"ד מסטראפקוב שליט"א ביים זיך באדאנקען פאר ר' מושי ויסברג (ברגמן).

האדמו"ר ממיאלען ביים פוקד זיין ציונים הקדושים אין שטאט מיאלען אין רומניה.

ערב ראש חודש אייר • הגאון ר' בערל רכניצער ראש ישיבת בעלזא אין חיפה ווערט געזעהן ביי א תפילה על קברו פון רבי אברימי דמן חיפה זי"ע.

Blog Image

אין די צייט פון אנהייב זמן הקיץ ווען די בחורי חמד תלמידי הישיבות פארן צוריק לערנען און די ישיבות אין ארצינו הקדושה איז געזעהן געווארן אויפן פליגער די פאלגענדע מודעות – והנה זה לפניכם.

Blog Image
Blog Image

הרב מרדכי כהן השדרן המיתולגי פון מערכת קול סאדיגורה אין א ריתחא דאורייתא ביים גרויסארטיגן פארהער בקרב קהילות סאדיגורה דורך וועד מפעלות התורה 'אהבת תורה' פארגעקומען דעם פארלאפענעם וואך בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א.

Blog Image
Blog Image

ר' יחיאל וויינגארטן סגן ראש העיר אשדוד ביים באקומען ברכת קדשו פון האדמו"ר רבי ברוך אבוחצירא אויף די אלע פילצאליגע פעולות וואס ר' יחיאל טוט אין שטאט אשדוד למען השבת ולמען די חרדישע ציבור אין שטאט.

Blog Image

ווי עס ווייזט אויס זענען שוין די איינוואוינער אין אפרת געוואוינט צו ווארטן גאר לאנג פאר די באסעס זיי צו קומען אויף פיקן, אזוי ווייט אז א גוטהארציגער נדבן האט – וועלנדיג פארגרינגערן פאר די אנגעצויגענע ווארטנדע ביים באס סטאנציע – מנדב געווען א שאנק מיט ספרים מען זאל קענען עוסק זיין אין תורה ביז דער באס קומט אן, אין צווישן זיי אריינגעלייגט ספרי קודש וספירי צדיקים פון הרה"ק מברסלב, חב"ד, טאהש, אין נאך.

Blog Image

חסידי דאראג בראשות האדמו"ר מדארגא שליט"א בתפילת מעריב ביים ציון הק' פון רבי מאיר בעל הנס אין טבריה.

לרגל יום הבהיר ווערט פארעפענטליכט צום ערשטן מאל א בילד פון וויזניצער רבי אלס קינד – קרדיט: מלכות ויז'ניץ בטלגרם.

Blog Image

כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א ביים פוקד זיין דעם ציון הק' פון זקינו מופת הדור ופועל ישועות הרה"ק ר' אליעזר חיים מיאמפאלי זי"ע.

Blog Image

ביום המר • ביום המר ה' אייר אין ארצינו הקדושה.

Blog Image

ברכת מזל טוב להנגיד ר' יוסף שטרייכער מנכ"ל קהילת ראש הישיבה הגאון רבי שואל אלתר שליט"א לרגל אירוסי בתו למזל טוב בשטומ"צ.

ברכת מזל טוב להרב מאטי פלאי נכדו ונאמן ביתו פון מרן ראש הישיבה הגאון ר' גרשון אדלשטיין שליט"א לרגל הולדת בנו למזל טוב.

ברכת מזל טוב להרה"צ ר' איציקל רייך אב"ד פשעווארסק וו"ב לרגל הולדת הבן ובת למזל טוב ובשעטומ"צ (נאך 15 יאר) חדב"ן האדמו"ר מסקאליע שליט"א.

ברכת מזל טוב להרה"צ שמעון מנחם נחום פריעדמאן בן האדמו"ר בעל עטרת ישראל מסאדיגורה זיע"א לרגל הולדת הבת למזל טוב.

ברכת מזל טוב להרב מנחם האפמאן משב"ק האדמו"ר מסקווירא בארא פארק לרגל הולדת הבת למזל טוב.

ברכת מזל טוב להרב שימשי שטערן מעסקני חסידות סערט וויז'ניץ אין בני ברק לרגל שמחת הולדת הבת למזל טוב.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00