מוצאי שבת פ' ויגש • ז' טבת | בחצרות הקודש
מיט גרויס צער און טרויער איז אויפגענומען געווארן די בשורה איבער די פטירה בשיבה טובה פון הרבנית הצדיקת ממעלבארן, מרת בילא בעק ע"ה, אלמנת הגה"צ המפורסם רבי אברהם צבי בעק זצ"ל גאב"ד מעלבארן אוסטראליע בעל ויצב אברהם, וועלכער איז דעם שבת צופרי נפטר געווארן אין איר שטוב אין מעלבארן אין טיפן עלטער פון ניינציג יאר.
די לוי' גייט ארויס מארגן זונטאג 12:00 פארמיטאג לויטן אוסטראלישער זייגער, 8:00 היינט מוצאי שבת לויטן אמעריקאנער זייגער, פון איר שטוב אין מעלבארן, פון דארט וועט די מיטה געפירט ווערן קיין ארץ ישראל וואו די נפטרת וועט קומען לקבורה נעבן איר גרויסן מאן אויפן הר הזיתים.
די רעבעצין ע"ה איז געבוירן אין יאר תרצ"ו אין פעסט אונגארן צו איר פאטער הרה"ח ר' משה הערש האפמאן ז"ל שפעטער באקאנט אלס דער שוחט פון כפר אתא, וואס איז געווען א ירא שמים מרבים און ערליכע אידן פלעגן מקפיד זיין צו עסן דייקא פון זיין שחיטה, צווישן אירע ברידערס איז געווען הגה"צ רבי אהרן גדלי' האפמאן זצ"ל גאב"ד בודאפעסט.
די נפטרת ע"ה האט מיט גרויס ניסים איבערגעלעבט דעם קריג צוזאמען מיט איר משפחה און זענען ארויף קיין ארץ ישראל וואו זיי האבן זיך באזעצט אין כפר אתא, אין יאר תשי"ד האט זי זוכה געווען אויפצושטעלן איר שטוב מיט בעלה הגדול הגה"צ רבי אברהם הערש בעק זצ"ל וואס איז שוין דאן געווען באקאנט מיט זיין גדלות בתורה ויראת שמים, זייענדיג פארעכנט אלס איינער פון די חשובסטע תלמידים אין די וויזניצער ישיבה ביי הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע.
די ערשטע יארן נאך די חתונה האבן זיי געוואוינט אין קרית וויזניץ בני ברק, וואו דער רב ז"ל האט מרביץ געווען תורה ויראה פאר הונדערטער תלמידים, דינענדיג אלס מגיד שיעור אין ישיבה און אלס מורה הוראה, ווי די חשובע רעבעצין איז געשטאנען לימינו און זיך אוועקגעגעבן מיט די שטוב ווירטשאפט. אין יענע תקופה איז הרה"ק רבי יודעלע דזיקובער זי"ע עטליכע מאל ארויפגעגאנגען באזוכן די רעבעצין, אלס הכרת הטוב אויף איר געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, כדי איר מאן זאל קענען לערנען און מרביץ תורה זיין מיט הרחבת הדעת.
אין יאר תשכ"ד ווען דער רב זצ"ל איז גערופן געווארן צו דינען אלס גאב"ד מאנטיוואדעא האבן זיי זיך באזעצט אין אורגוויי, ווי דער רב ז"ל האט די נאכפאלגנדע פיר און צוואנציג יאר משמש געווען ברבנות, דארט אין אורגוויי האט זיך די נפטרת אוועקגעגעבן מיט מרי נפש און נשברי לב וואס זענען אנגעקומען צום ווייטן דרום אמעריקא, און זיי אריינגענומען אין שטוב בסבר פנים יפות.
שפעטער בשנת תשמ"ח האבן זייי זיך אריבערגעצויגן קיין אוסטראליע ווי איר גרויסן מאן איז אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא פון קהל עדת ישראל אין מעלבארן, שטייענדיג אין שפיץ פון די ארטיגע קהילה פאר גאנצע דרייסיג יאר כולם שווים לטובה, צו וואס די חשובע רעבעצען איז ווייטער געווען אן עזר מקודש, און זעלבסט געשטאנען אין שפיץ פון מערערע צדקות און חסד אקטיוויטעטן אויף א געוואלדיגע פארנעם.
אום חודש סיון תשע"ח איז הגה"צ גאב"ד מעלבארן זצ"ל ארויף קיין ארץ הקודש בלויז צען טעג איידער זיין הסתלקות אין טאג פון ה' תמוז, די רעבעצען זייענדיג לייידער שוין נישט געזונט, איז פארבליבן דארט אין מעלבארן נעבן אירע קינדער. די לעצטע תקופה איז זי געווארן גאר קראנק, און איר מצב האט זיך שטארק פארערגערט, ביז דעם שבת צופרי ווען זי האט אויסגעהאכט איר נשמה אין איר שטוב אין מעלבארן.
זכתה לראות עולמיה בחייה, איבערלאזנדיג א דור ישרים מבורך, קינדער, אייניקלעך, און אור אייניקלעך שלשים וגם רבעים, אדמורי"ם ורבנים מפורסמים דיינים ומורי הוראה: די זין: כ"ק אדמו"ר מטשערקאס הגה"צ רבי חיים יהודה בעק שליט"א איידעם פון כ"ק הגה"צ רבי יואל בעער זצ"ל אדמו"ר מראצפערט בראזיל, הגה"צ רבי מנחם דוב בעק שליט"א אב"ד מאדא מאנסי איידעם פון הרה"ג ר' שמואל זאנוויל גאלד זצ"ל אב"ד רחמי האב וויליאמסבורג, הגה"צ רבי ברוך בעק שליט"א פון וויליאמסבורג איידעם פון הגה"צ רבי אשר אנשיל קרויז זצ"ל מראצפערט. די חשובע איידימער: כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן הגה"צ רבי ישראל חיים קאהן שליט"א זון פון כ"ק אדמו" הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל, הגה"צ רבי יהודה כץ שליט"א אב"ד ור"מ ויצב אברהם מעלבארן אוסטראליע, כ"ק אדמו"ר מטעמישוואר ירושלים הרה"צ רבי יוסף לייפער שליט"א, און הרה"ג ר' שלמה אלימלך כץ שליט"א זון פון כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א.
ת.נ.צ.ב.ה.