בייזוויליגע ארסאן פייער שעדיגט שוהל פונעם ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א אין ירושלים

זונטאג פ' בהעלתך • י"ב סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל איז היינט געכאפט געווארן אין שאק נאך א שווערע ארסאן פייער אינצידענט וואס האט איבערגעלאזט ערנסטע שאנדס אין דעם "אור חביב" שוהל אין שכונת סנהדריה אין ירושלים, בית מדרשו פונעם ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א, לויט באריכטן האט א פארשוין איינגעבראכן אין ביהמ"ד היינט אין די פארטאגס שעה'ן און אונטערגעצינדן דאס פלאץ פונעם רב אין ביהמ"ד, וואס רעכנט אריין דעם שטוהל און די ארומיגע ספרי קודש וואס זענען גענצליך פארברענט געווארן רח"ל.

בחסדי שמים זענען די פייערלעשער אנגעקומען אין איילעניש צום סצענע נאך באריכטן איבער רויעך וואס איז ארויסגעקומען פונעם שוהל געביידע, זיי האבן באוויזן צו ברענגען די פייער אונטער קאנטראל נאך איידער עס האט זיך ווייטער צושפרייט, אזוי אז די שוהל זעלבסט האט געליטן בלויז מינימאלע שאדנס בסייעתא דשמיא.

ווי געזאגט איז די פייער געווארן אונטערגעצינדן אין אן ארסאן אטאקע וואס די אויטאריטעטן אין ארץ ישראל האבן באצייכנט אלס אנטיסעמיטיש, אין צוגאב צו די שריפה האט די פארשוין אנגעפירקלט א דערנעבענדיגע געביידע מיט האקנקרייץ גראפיטי.

פאליטיקאנטן האבן שטארק פארדאמט די געשעניש און די פאליציי האבן געעפנט א ברייטע אויספארשונג און זוכן ארום נאך די פארברעכער. היינט אינדערפרי איז דער פאליציי קאמיסאר אין ירושלים ארויף צום שטוב פונעם גאון שליט"א אין באגלייטונג פון הרב אריה דרעי פארזיצער פון די ש"ס פארטיי, וואו ער האט פארשפראכן צו דערגיין ווער עס שטייט דערונטער און ברענגען צו שולדיגע אונטער ארעסט.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"