נגד צוררך: האד' מוויזניץ מאנסי מיט שארפע מחאה קעגן ציוניסטישע שלוחים וואס אגיטירן צו מאכן 'עליה' קיין ארץ ישראל

זונטאג פ' בה"ב • כ' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


גאר שארפע דברי מחאה איז געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א ביים עריכת שלחן הטהור לכבוד ל"ג בעומר, ארויסטרעטנדיג בכל תוקף ועוז קעגן די ציונים און זייערע שלוחים אין אמעריקע וואס פרובירן אויף פארשידענע מיטלען צו שטופן היימישע אידן צו באזוכן ארץ ישראל, מיט'ן שענדליכן ציל זיי אריינצושלעפן אין ציוניזם רח"ל.

דער רבי שליט"א האט זיך באצויגן צו דעם וואס ס'איז געווען אדווערטייזט אין די וואכן פאר ל"ג בעומר אין די היימישע געגנטער אין אמעריקע, פון א געוויסע ארגאניזאציע וואס שטעלט צו נסיעות קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר פאר בחנם, איש ואשתו, וואס הגם ס'שטייט נישט ארויסגעשריבן, אבער בפשטות קומט עס פון די ציונים, אדער פון די מזרחי, וואס דער טאטע ז"ל פלעגט זיי אנרופן מיט ס', מסרחי, וואס די גאנצע מטרה איז נאר צו קומען מאכן אן עלי', לראות את הארץ און ארומפארן באזוכן זייערע פלעצער.

דער רבי שליט"א האט שארף מתריע געווען אז מ'טאר מיט דעם נישט האבן קיין שייכות, אויסער דעם וואס ס'קומט פון די ציונים, איז בכלל דער וועג ווי אזוי מ'פארט, מיט א גאנצע גרופע, איש ואשתו, דאס איז נישט דער דרך פאר חסיד'ישע יונגעלייט, ס'איז נישט אויסגעהאלטן לויט'ן חובת הלבבות, ראשית חכמה און מסילת ישרים, מ'טאר מיט דעם נישט האבן קיין שייכות, און עס זאל פאר קיינעם נישט בייפאלן זיך אנצושליסן מיט אזא זאך.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"