זרע אברהם: רירנדע ברית פארגעקומען ביי האד' מערלוי צו בן הבכור פון 60 יעריגער גר צדק

מיטוואך פ' אמור • ט"ז אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


א זעלטענע און רירנדע ברית איז די וואך פארגעקומען במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, ווען א חשוב'ער ערליכער גר צדק האט מכניס געווען בנו בכורו לבריתו של אברהם אבינו, אלט זייענדיג 60 יאר, 30 יאר נאכ'ן זוכה זיין אריינצוקומען תחת כנפי השכינה.

ביי חסידי ערלוי טראגט די געשיכטע א שטורמישע רגש פון שמחה, נאכדעם וואס דער גר צדק האט בלויז מיט ארום אנדערהאלבן יאר צוריק ערהאלטן ברכת קדשו פונעם ערלויער רבי'ן שליט"א פאר זש"ק, וברכת צדיק עשתה רושם, איז אצינד נתמלא געווארן ביתו אורה, מיט'ן געבורט פונעם בן הבכור.

דער חשוב'ער גר, הרב יהודה רהאב, האט זיך מגייר געווען מיט ארום 30 יאר צוריק, און שפעטער האט ער געטראפן זיין באשערטע, א חשוב'ע גיורת.

פאר ארום אנדערהאלבן יאר צוריק, ערב ר"ה שנת תשפ"ד, איז דאס פארפאלק אריין בקודש פנימה צום רבי'ן שליט"א, און זיך אויסגעוויינט ביי אים אז זיי קוקן ארויס געהאלפן צו ווערן מיט קינדער. דער רבי האט זיי געפרעגט ווי אלט זיי זענען, האט ר' יהודה געזאגט אז ער איז אלט כמעט 60 יאר, און זיי פרוי איז אלט 51 יאר. האט דער רבי זיי געבענטשט און געזאגט אז אויך אברהם אבינו האט געהאט א קינד אויף דער עלטער, און זיי וועלן בעז"ה אויך האבן א קינד.

פארלאפענע וואך איז די שמחה געווען גאר גרויס, ווען ס'איז ביי זיי געבוירן געווארן א יונגעלע, און צום אכטן טאג איז דער שמחת הברית פארגעקומען ביים רבי'ן שליט"א וועלכער איז נתכבד געווארן מיט סנדקאות, ויקרא שמו בישראל "שרגא יעקב".

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"