זונטאג פרשת טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט רגשי התעוררות ווערט אויפגענומען ביי חסידי צאנז איבער אן ערשטמאליגע נסיעה למקומות הק' אין יוראפ וואס וועט אונטערגענומען ווערן דורך א גרעסערע קבוצה נגידים בעם חסידי צאנז פון איבער די וועלט וואס שליסן זיך אן אינעם פראיעקט "יחידי סגולה" להצלת ממלכת החינוך דחסידי צאנז בארה"ק וואס געפינט זיך אין א שווערן פינאנציעלן מצב.
ביי חסידי צאנז איז ברייט באקאנט די קפידא וואס הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זצ"ל האט געהאט אז מ'זאל נישט צוריקפארן אין די שטעט פון די אלטע היים און נישט פוקד זיין די ציונים הק' לקדושים אשר בארץ המה, וואו ער פלעגט נאכזאגן פון פריערדיגע, אז די נשמות הצדיקים פון חוץ לארץ קומען קיין ארץ ישראל, און עס פעלט נישט אויס צו פארן.
אלע יארן ביז היינט איז טאקע איז ביי חסידי צאנז נישט געווען דער באגריף פון נסיעה למקומות הק' אין אייראפע, און אצינד ווערט דאס צום ערשטן מאל אונטערגענומען בהורמנתא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער האט אצינד ארויסגעגעבן א הוראת שעה, אז צוליב'ן קריטישן מצב פון באו מים עד נפש און מ'ראנגעלט זיך למען קיומה ועתידה, וועלן די נדיבים בעם זיך ארויסלאזן, אין שפיץ פון איינער פון דעם רבי'נס קינדער, און מעתיר זיין ביי די צדיקים שרפי מעלה, ובפרט ביי די הייליגע זיידעס לבית צאנז, גארליץ, רודניק, ולמעב"ק, נאכדעם וואס די מקומות הק' זענען שוין דורכגעזאפט פון אזויפיל תפילות ישראל דורכאויס די יארן, און ס'איז פאר זיך א מקום קיבול תפילות, וואו מ'וועט מעתיר זיין למען הצלת המוסדות.
די נסיעה מיט'ן נאמען "נכספה" וועט זיך ארויסלאזן דעם קומענדיגן חודש סיון, און מ'וועט במשך די נסיעה אנקומען לקברי האבות אין די שטעט צאנז, גארליץ, ליזענסק, קערעסטיר, און צום לעצט וועט מען באזוכן אינעם עיר הדמים אוישוויץ, וואו מ'וועט מתפלל זיין ביים מקום המוקדה וואו מיליאנען אידן זענען פארגאזט געווארן על קידוש ה', ארץ אל תכבדי דמים און ס'וועט צוגלייך אויפגעברענגט ווערן די הימלישע יד ה' וואס האט געראטעוועט הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע ממות לחיים, לפליטה גדולה והלחיות עם רב כיום הזה.