מיטוואך פ' צו • י"א ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
תלמידי וחסידי סאטמאר אין בארא פארק נעמען אויף מיט פרייד ובהתרגשות דקדושה כי הנה מלכך בא, אז תיכף נאך די ימי הפסח הבעל"ט, שבת קודש פרשת שמיני שבת מברכין חודש אייר וועט מען האבן די זכי' אז הוד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט אנקומען אין שטאט בארא פארק לעשות את השבת בקרב קהל עדתו, און וועט אפרעכטן אלע תפלות ועריכת השולחנות אין גרויסן סאטמארער בית המדרש אויף די דריי און פופציגסטע גאס.
דער יעצטיגער באזוך קומט נאך א צייט אפשניט פון גאנצע פיר יאר זינט די לעצטע מאל דער רבי שליט"א האט געוויילט אין בארא פארק אויף שב"ק אחרי קדושים שנת תשפ"א לפ"ק, ווען דער באזוך דינט אלס א ביקור התעלות נאך די לעצטיגע געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה דורך ק"ק סאטמאר ביים אויפבויען, אפקויפן און באנייען א צאל נייע בתי מדרשים בכל פינות העיר בארא פארק וואס שענקט כוואליעס פון פרייד פאר תלמידי וחסידי סאטמאר אין שטאט, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.
זייענדיג אין באר פארק וועט דער רבי באשיינען עטליכע מעמדים ומאורעות בקרב הקהלה והמוסדות אין שטאט בארא פארק, די אכסניא של תורה וועט זיין בבית הרבני הנגיד ר' משה כהנא שליט"א.