גרויסע נסים אין בני ברק, האד' מטעמישוואר אראפגעקלאפט דורך א טראק

מיטוואך פ' פקודי • כ"ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


גרויס ניסים האט פאסירט היינט צופרי אין בני ברק ווען כ"ק אדמו"ר מטעמישוואר שליט"א איז אראפגעקלאפט געווארן דורך א פארבייפארנדע טראק, און איז בחסדי שמים ארויס אן קיין ערנסטע וואונדן ב"ה.

דער רבי שליט"א איז אריבער די גאס אויף רחוב דונולו נעבן ביתו נאווה קודש גייענדיג אין מקווה, און האט כדרכו בקודש מיט זיין אייגנארטיגע פשטות און ענוות חן אריבערגעפירט קינדער די גאס אויפן וועג אין חדר, ווען א טראק וועלכע איז אריבערגעפארן האט נישט באמערקט דעם רבי'ן שליט"א און איהם אראפגעקלאפט.

הצלה איז אנגעקומען אויפן סצענע און גענומען דעם רבי'ן אין שפיטאל, נאכן אונטערזוכן דעם רבי'ן האט זיך ארויסגעשטעלט אז די רבי איז ב"ה אפגעקומען מיט בלויז לייכטע שמערצן, בהודאה על העבר ובבקשה על העתיד.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"