אידן אין אמעריקא פון גרויס ביז קליין האבן זיך היינט פארזאמעלט תחת כיפת השמים מיטצוהאלטן די זעלטענע פולע ליקוי חמה, צווישן אנדערע איז אנגעזען געווארן רבנים חשובים און זקני העדה וועלכע האבן אויך אויסגענוצט די געלעגנהייט צו מקיים זיין דעם והביטו אל כל נפלאותיו.
אויך כ”ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וועלכע איז צוגאסט אין וויליאמסבורג איז ארויפגעגאנגען צום דאך אין די אכסניא בבית הרבני הנגיד ר’ מאיר דוד טאבאק הי"ו צו זען מיט די ספעציעלע גלעזער די נפלאות הבורא.