נייע 'הכשר לבדיקת קאמפיוטער' על שולחן מלכים פון האד' מסאטמאר

דאנערשטאג פ' תצוה • י"ג אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: סאטמער'ע נייעס

די וואך מאנטאג איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש פון"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אינאיינעם מיט די הנהלה פון איגוד הסופרים אין קרית יואל בנוגע די לעצטיגע פראבלעמען פון בדיקת ספרי תורה דורכן קאמפיוטער, און די פלענער און סערוויסעס וואס דער איגוד הסופרים וועט צושטעלן פארן ציבור אין דעם געביט. איבערהויפט האט מען דן געוועהן איבער די 'הכשר לבדיקת קאמפיוטער' דורך די איגור הסופרים אין קרית יואל מיטן ציל נאכצוגיין די קראנטקייט פון די קאמפיוטערס וואס טוהן בודק זיין ספרי תורה, נאכפאלגענדיג א רייע מכשולות צוליב אומריכטיגע באנוץ פון 'קאמפיוטער בדיקות', ווען עס איז געפינען געווארן פסולים אין מערערע ספרי תורה אין אמעריקא און ארה"ק, כאטש וואס די ספרי תורה זענען אריבערגעגאנגען הגה"ה און קאמפיוטער בדיקות. דער רבי איז איבערגעגאנגן מיט זיי אלע פרטי הדברים א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכת קדשו שלא יצא מכשול מתח"י.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"