יומא דהילולא פון הרה"ק רבי בונים מפשיסחא זי"ע געפראוועט אין נאסטאלגישן אמשינאוו'ער שטיבל אין וומסב"ג

דינסטאג פ' נצבים וילך – י"ט אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק ר' בונים פון פשיסחא זי"ע איז כ"ק האדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא אנגעקומען צום שטאט וויליאמסבורג וואו די רבי האט מעריך געוועהן שולחנו הטהור לכבוד די הילולא אינעם אלטן נאסטאלגישן אמשינאוו'ער ביהמ"ד אין שטאט, באותו מקום וואו זקינו הרה"ק רבי איציקל מאמשינוב זי"ע האט אנגעפירט זיין הויף אין די בראשית יאהרן נאכן קריג. נאכן טיש האט די רבי שליט"א אויפגענימען דעם ציבור לקראת די ימי הרחמים והרצון.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"