ק"ק באבוב מאנסי נעמט אויף מיט פרייד נייע דיין נאכ'ן זיך קובע מקום זיין אין שטאט

מונטאג פ' מטות מסעי – כ"א תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

דעם מיטוואך נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי צו באשיינען די יערליכע מעמד החומש סעודה דורך די ילדי כתה א' פון תלמוד תורה בני ציון ד'באבוב און מאנסי, נאכן מעמד איז די רב שליט"א אריבערגעגאנגען צום נייעם דירה פון חתנו הגה"צ ר' חיים דוד וואקסמאן שליט"א דומ"צ באבוב מאנסי וועלכע האט זיך אין די טעג ענדגילטיג אריבערגעצויגן קיין מאנסי לשמחת לב חסידי באבוב תושבי מאנסי.

ווי באקאנט האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א פאריאהר זומער ממנה געווען חתנו חביבו די דיין שליט"א לעמוד ולשרת בקודש צו דינען אלס דומ"צ ור"מ באבוב מאנסי, דער איש על העדה צו זייו עומד בראש פון קהילת און מוסדות באבוב און מאנסי און מפקח זיין אויף אלע עניני הקהילה והמסתעף, אין לויף פון די לעצטע יאהר איז די דיין שליט"א געוועהן שטארק אקטיוו אין בעובי הקורה מריחוק מקום, אין אפט ארויסגעקומען פראווען שבתים און מאורעות בקרב הקהילה. אין די יעצטיגע טעג האט זיך דער דיין קובע מקום געווען בעיר ואם ישראל מאנסי לרומם קרן התורה והחסידות.

נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ווי געזאגט אנגעקומען אויף א באזוך אינעם נייעם שטוב פון חתנו די דיין שליט"א ווי דער רב שליט"א האט געדאווענט מנחה און דערנאך קובע געווען די מזוזות אין אפגעראכטן א מסיבת לחיים.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"