אמא של מלכות • האחים האדמו"רים לבית סקולען אינאיינעם אפגעראכטן יארצייט פון אמם הרבנית ע"ה

מיטוואך פ' פינחס – ט"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

פארגאנענעם זינטאג האבן זיך די ברידער האדמור"ים לבית סקולען געוואשן צו א סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון די רעבעצען אמא של מלכות מחברתו הטהורה פון הרה"ק בעל 'מאור ישראל' מסקולען זי"ע, די סעודה איז אפגעראכטן געווארן בביתו נאווה קודש פון הרה"ק בעל 'נועם אליעזר' מסקולען זי"ע אין סקולענער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, די ברידער אין שוואגער האדמו"רים והרבנים האבן אינאיינעם פארברעגנט בשבת אחים גם יחיד, כ"ק האדמו"ר מסקולען שליט"א האט מסיים געוועהן ששה סדרי משנה אין געבענטשט על הכוס.

צומארגנס מאנטיג פארנאכטס זענען די אדמור"ים שליט"א אינאיינעם ארויף צום ציון אויפן מאנסי'ער בית החיים, אין אויך מתפלל געוועהן ביי די ציונים הק' פון צדיקי בית סקולען.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"