מאנטשעסטער • זכות שם היכל התורה אפגעקויפט דורך סאטמארע פילאנטראפן לזכותו פון האד' מסאטמאר

זונטאג פ' פינחס – י"ג תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

סאטמארע חסידים אין מאנטשעסטער האבן מיט פרייד אויפגענימען די היסטארישע נייעס נאך עטליכע חדשים וואס כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט באויפטראגט די עסקנים פון די קהילה אין מאנטשעסטער זיך אריינצולייגן אהערצושטעלן א פראכפולן היכל התורה ווי די סאטמאר רבי האט שוין איינגעפירט אין רובם ככולם פון די סאטמארע בתי מדרשים איבער די וועלט, איז דער וואך באגריסט געווארן די התרגשות'דיגע בשורה אז דער זכות שם ההיכל איז אפגעקויפט געווארן דורך עטליכע נגידים חשובים מהיושבים ראשונה במלכות, לכבודו ולזכותו פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א יוזם ומקים פון פילצאליגע היכלי התורה איבער די וועלט ועל שמו יקרא: היכל לב אהרן לכבוד קדושתו הרמה ולזכותו הגדולה.

די חשובע נגידים וועלכע האבן אפגעקויפט דעם געוואלדיגן זכות אין דאס מנציח געוועהן לזכותו פונעם רבי'ן שליט"א הלא המה: הנגידים ר' אשר זעליג לעוו ראש הקהל סאטמאר לאנדאן, ר' יחזאל דוד בערקאוויטש פון וויליאמסבורג, ר' משה חיים גאלדשטיין פון קרית יואל, ר' אהרן הערש מיטעלמאן אין ר' יוסף מרדכי כהנא.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"