האד' מוויז'ניץ בית שמש באזוכט אין שטוב פון סאטמארע עסקן הרב אייזיק דאסקאל

מיטוואך פ' קרח – ב' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

דעם מאנטיג פארנאכטס איידער די חתונה בשמחת בית סאטמאר איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג ווי די רבי איז צווישן אנדערע ארויף אין שטוב פונעם לעגענדארע סאטמארע עסקן הרב אייזיק דאסקאל כאות הכרת הטוב פאר זיינע פילע לייסטונגען אין עסקנות לטובת די וויזניצער מוסדות אין בית שמש, מטכס עצה זיין צו סטאבלאזירן דעם גרויסן בודזשעט פון די מוסדות וועלכער ווערט געפירט על טהרת הקודש. די רבי האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים ווי מען האט ארומגעשמועסט שיינע זכרונות איבער די קשר פון הרה"ק בעל תורת מרדכי זצוק"ל צו הרה"ק מסאטמאר זי"ע. נאך די מסיבה איז דער וויזניצער רבי שליט"א אריין אין א זייטיגער שטוב און אויפגענומען עטליכע נגידים סאטמארע פילאנטראפן לחיזוק וביסות המוסדות און ווארעם געוואונטשען מברכת קדשו.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"