ארבעה צריכים להודות • שלום זכור ביים טיש אין באבוב פון פירלינג אייניקלעך ביי הגה"צ דומ"ץ באבוב

זונטאג פ' קרח – כ"ט סיון תשפ"ג | קול בחצרות

ביים טיש דעם פרייטיג צונאכטס ביי כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר לרגל די געבורט פון פירלינג אייניקלעך ביים רב'ס שוואגער הגה"צ רבי חיים יעקב טויבער שליט"א דומ"צ באבוב, אייניקלעך ביים איידעם הרה"ג ר' ארי' זעלטענרייך בן הגה"צ אדמו"ר מטשאקאווא קערסטיער שליט"א, דריי אינגעלעך און איין מיידל צו זיין איידעם הרב שלום אליעזר פרענקל.

ביים טיש האט מען איבערגעזינגען די ניגון שמחה פיר מאל, און די רב שליט"א האט דערמאנט די שמחה ארויסברענגענדיג אז יעדע איד דארף דאנקן אין לויבן די באשעפער על כל נשימה ונשימה בפרט בעת שמחה און נאכמער ביי אזא שמחה ווי מען איז אנגעוואנדן אויף רחמי שמים יעדער טריט אין שריט, און אז יעדע איז געזונט דארף מען ספעציעל אפגעבן א שבח והודאה, מיט'ן בענטשן האט די רב מכבד געווען דער זיידע הרה"ג ר' ארי' זעלטענרייך.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"