ערשטע חומש סעודה אין תלמוד תורה פאפא אין לינדען בהשתתפות האד' מפאפא

מיטוואך פ' שלח – כ"ה סיון תשפ"ג | קול בחצרות

דעם זינטיג אין די פארמיטאג שעהן איז כ"ק האדמו"ר מפאפא שליט"א אנגעקומען צום שטאט לינדען ווי די רבי האט באשיינט די ערשטע חומש סעודה אינעם תלמוד תורה דחסידי פאפא אין שטאט, די רבי איז אנגעקומען בשעה 11:30 פארמיטאג ווי די קינדער האבן מקבל פנים געוועהן דעם רבין בשירה וזמרה, די רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש ארומרעדנדיג בשבח פון מוסדות קהילת יעקב פאפא אין אלע שטעט אין אירע אומאויפהערליכע בלי אין וואוקס בלי עין הרע, בפרט אין די היגע מוסדות אין לינדען אין מסיים געוועהן בברכות קדשו לרוב פאר אלע עלטערן אין זיידע'ס.

דערנאך האט אויפגעטראטן הרבני הנגיד רבי שלמה וועבער מראשי הנהלת המוסדות אין צום שלוס האט די רבי פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער אין מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א רקידה. ארויסגייענדיג האט זיך די רבי באגריסט מיט הרה"ג רבי בנימין פעלבראנד אב"ד קדושת לוי בארדיטשוב אין נארט מיאמי פלארידא.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"