דער בארימטער עסקן הרב שלמה ווערדיגער יושב ראש אגדות ישראל דאמעריקא האט אין די טעג באזוכט בבתי גדולי ישראל, אדמו"רים רבנים וראשי ישיבות אין ארץ ישראל לרגל די בר מצוה פון אן אייניקל, צווישן אנדערע האט ער באזוכט ביי האדמו"רים מבאיאן, רחמיסטירווקא, דאראג, סאדיגורה, מודזיץ, מרן פוסק הדור כ"ק ראב"ד ירושלים, הגאון רבי דוב לנדא אין הגאון רבי משה הילל הירש ראשי ישיבת סלאבודקא, הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי ראש ישיבת עטרת ישראל, הגאון רבי בנימין פינקל משגיח ישיבת מיר, דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף אין נאך.
הרב שלמה האט איבערגעגעבן א באריכט מהנעשה והנשמע איבער די פעולות חובקות פון אגודת ישראל אין אמריקא אין די רבנים האבן אלע מאציל געוועהן מברכת קדשם פאר הצלחה אין סייעתא דשמיא אויף ווייטער.