מוצאי שבת • האד' מניקלשבורג אין מירון

זונטאג פ' נשא א' – א' סיון תשפ"ג | קול בחצרות

כ"ק האדמו"ר מניקלשבורג שליט"א וואס האט געוויילט אויף שבת בעיה"ק צפת איז נעכטן מוצאי שבת אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון ווי די רבי האט אנגעצינדן א הדלקה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחי אויפן דאך פונעם ציון הק' אין דערנאך מתפלל געוועהן אינעם מערה לישועת הכלל והפרט.

היינט זינטיג איז די רבי אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים ווי די רבי וועט זיך אויפהאלטן ביז נאך יו"ט שבועות בבית האכסניא אין שטוב פון מקורבו הנגיד ר' דוד חיים רייכמאן. מארגן מאנטיג וועט די רבי שליט"א באשיינען די חתונה פון נכדתו הכלה א טאכטער פון בנו המנוח הרב שלום ברוך יהודה לעבאוויטש ז"ל אין די סקויה זאל אינדרויסן פון ירושלים, צומארגנס דינסטיג וועט זיך די רבי משתתף זיין ביים מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד 'נחלת עקיבא' אין די רוממה געגענט אין ירושלים וואס ווערט אריינגעגעבן דורכן רבי'נס בעל אכסניא הנגיד ר' דוד חיים רייכמאן.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"