יארצייט טיש אין אמשינוב אריינגעצויגן אין שבת קודש

מוצ"ש פ' במדבר – כ"ט אייר תשפ"ג | קול בחצרות

דעם ערב שבת נאכמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מאמשינוב שליט"א אריינגעקומען בבית מדרשו אין בית וגן צום עריכת שולחן הטהור וסעודת הילולא לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי מאיר'ל אמשינוב'ער זי"ע וואס איז אויסגעפאלן דאנערשטיג כ"ז אייר.

דער טיש האט זיך אריינגעצויגן אין שבת קודש ביז ארום 8:30, א שעה נאכן שקיעה. נאכן טיש האט די רבי אהיימשפאצירט לביתו נאווה קודש. אין די קומענדיגע טעג פאר שבועות וועט די רבי שליט"א פוקד זיין דעם ציון הק' אויפן הר המנוחות.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"