האד' מסקווירא באזוכט אין סטראקטור פונעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש

מיטוואך פ' במדבר – כ"ו אייר תשפ"ג | קול בחצרות

היינט נאכמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א אראפגעקומען צום גיגאַנטישן סטראָקטור פונעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא, ווי די רבי שליט"א האט געגאסן דאָס ערשטע ביסל צעמענט פאר נאך א בור המקוה וואס מ'האט נאך נישט געגעסן ל"ג בעמור.

עס האט זיך צוערשט פארמירט א הערליכער שמועס צווישן דעם רבי'ן שליט"א מיט די דיינים חברי וועד הרבננים פון די נייע מקוה, וואו מ'האט ארומגעשמועסט פארשידענע פרטים ארום די אויסטערלישע הידורים און חומרות מיט וואס די נייע מקוה ווערט בעז"ה אויפגעבויט, למען טהרתן וקדושתן של ישראל, דאן האט מען געזינגען עטליכע ניגוני שמחה, אין די רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט ארום דעם אומפאַרענדיגטן בנין ביהמ"ד, ביים ארויסגיין האט די רבי איבערגעגעבן א גרויסע סכום געלט פאר די חשובע עסקנים.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"