הויפט בלאט באריכט האדמו"ר מבאיאן באזוכט ביי האדמו"ר מבעלזא | בילדער

האדמו"ר מבאיאן באזוכט ביי האדמו"ר מבעלזא | בילדער

געשריבן דורך admin123

דינסטאג פ' במדבר – כ"ה אייר תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: א.מ.ש.

יעצט אויפדערנאכט איז כ"ק האדמו"ר מבאיאן שליט"א אנגעקומען קיין קרית בעלזא אויף א באזוך ביי כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א.

דער באיאנער רבי האט זיך אינטערסירט איבער די מצב הבריאות ביים רב נאכן אפערארציע אין עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, נאכן באזוך האט דער רב איבערגעגעבן דרשה געשאנק פאר א בר מצוה בחור אייניקל פונעם באיאנער רבי'ן.

היינט אויפדערנאכט איז אויך געוועהן אויף א באזוך ביים בעלזער רב הרה"ג ר' אברהם יצחק וואלפסאן אב"ד קהילת אמונת ישראל אין מאנסי ווי די רב שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט איבער די מצב הבריאות ביי זיין פאטער דער משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן אב"ד אמונת ישראל.

Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00