דינסטאג פ' אמור – י"א אייר תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. פיין
כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א האט דעם זינטיג נאכט מעריך געווען שולחנו הטהור און סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי דוד'ל טאלנער זי"ע, ביים טיש האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א, ווי די רבי'ס האבן אינאיינעם געשמועסט סיפורים ועובדות פונעם בעל ההילולא און זכרונות פון כ"ק אדמו"ר רבי יוחנן מטאלנא זצ"ל, ווי אויך האט זיך אנגעזעהן הרב מנחם נחום טווערסקי פון ניו יארק נכד צדיקי בית טאלנא וועם די רבי האט מכבד געווען אויפצוטרעטן מיט ווערטער, לכבוד די יארצייט האט מען אריינגעברענגט די היסטארישע תהילים פון הרה"ק רבי דוד'ל טאלנער וואס ליגט באוצרו הטוב פונעם רבין שליט"א, און די רבי שליט"א האט ווי יאר יערליך מכבד געווען די ילדי החמד צו זאגן עטליכע פרקי תהילים פונעם הייליגן תהילים.