כ"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א וועלכע איז צוגאסט אויף יו"ט אין אנטווערפען האט היינט צופרי נאך שחרית אין די טשארטקובע קלויז אין שטאט, געפראוועט א שולחן לחיים לרגל די יומא דהילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זיע"א, ווי עס האבן זיך אנגעזעהן א גרויסער ציבור תושבי המקום אין שפיץ פונעם מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א.