שיינע מסיבה פארגעקומען בקרית יואל לטובת ישיבת תורת צבי ספינקא אין שפיץ פון האד' מתולדות צבי ספינקא

מאנטאג פ' ויקרא – כ"ז אדר תשפ"ג

קול בחצרות – נעכטן אויפדערנאכט איז כ"ק האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א אנגעקומען קיין קרית יואל ווי די רבי האט באשיינט א רייכע מסיבה לטובת די ספינקא ישיבה אינאיינעם מיט חנוכת הבית און שטוב פון העסקן ר' חיים דוד מאנדעל הי"ו וועלכע האט פאררופן דעם מסיבה של מצוה אין זיין נייעם הויז בגלילות קרית יואל, דער רבי שליט"א האט משמיע געוועהן דברות קודש ארומרעדנדיג בשבח פונעם נייעם ישיבה וואס האט זיך פאריהאר געעפענט מיט גרויס הצלחה, אין נאכן מסיבה האט די רבי שליט"א אויפגענימען די נדיבים בעם אין א זייטיגער שטוב אין אונטערגעשריבן די שטרות מיט די נגידים וועלכע האבן זיך אנגערופן מיט שיינע סכומים.

פון דארט איז דער ספינקא רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א, ס'האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, אין די ספינקא רבי האט דערציילט אז ווען הרה"ק מסקווירא זי"ע האט געבויעט דאס ביהמ"ד אין שיכון סקווירא האט זיין פאטער הרה"ק רבי הערשלע ספינקער זצ"ל געשיקט געלט זיך משתתף צו זיין מיט די הוצאת פון בויען די ביהמ"ד, דערביי האט די ספינקא רבי ארויסגעצויגן פון טאש א ענוועלאפ מיט געלט און איבערגעגעבן פארן סקווערער רבי, זאגענדיג אז ער וויל זיך אויך משתתף זיין מיט די הוצאות אין האבן א חלק אין די גרויסע ביהמ"ד וואס די רבי שליט"א בויעט אין שיכון סקווירא.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"