נייע דיינים מטעם העדה החרדית באזוכן ביי ראב"ד ירושלים לרגל התמנות

מיטוואך פ' תצוה – ח' אדר תשפ"ג

קול בחצרות – דער וואך זינטיג האבן באזוכט אין שטוב פון כ"ק מרן ראב"ד ירושלים שליט"א די 4 נייע דיינים ומורי צדק וועלכע זענען פאריגע וואך אויפגענימען געווארן להורות הוראה מטעם די עדה החרדית, ווי דער ראש בית דין האט איבערגעגעבן הוראות אין הדרכות ישרות פאר די פרישע דיינים

אויף די בקשה פון די מורי צדק פונעם רב צו הערן דברי הדרכה איבער דער תפקיד פון א רב בישראל האט דער ראש בית דין געענפערט אז צו זיין א רב אליין איז נישט געניג, נאר מדארף צוגעוויינען דעם עולם צו פרעגן שאלות, אויף יעדער הלכה'דיגע שאלה אין נישט נעמען קיין אייגענע החלטות אויף אזעלכע שאלות וואס זענען נוגע הלכה אן זיך דורכרעדן מיט א רב

ביים ענדע האבן די ראש בית דין מכבד געוועהן מיט לחיים אין די דיינים האבן געזינגען דעם ניגון "יהי רצון מלפני אבינו שבשמים לקיים בנו חכמי ישראל", צום שלוס האט דער רב ווארעם אנגעווינטשן די דיינים מיט ברכות לרוב צום התמנות.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"