האד' מקרלין סטולין אנגעקומען אויף בליץ באזוך אין לאנדאן

מיטוואך פ' משפטים – כ"ד שבט תשפ"ג

קול בחצרות – כ"ק האד' מקארלין סטאלין שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין לאנדאן, האט נעכטן דינסטיג צופרי געדאווענט שחרית בבית מדרשו אין די סטעמפארד הילל געגענט, נאכן דאווענען האט זיך די רבי אוועק געזעצט צו א מסיבת לחיים אין איבערגעגעבן א שמועס פאר די חסידים, אין לויף פונעם טאג איז דער רבי ארויף אויף א באזוך אין שטוב פון בן זקוניו הרב מרדכי שוחט, אין אויך באזוכט ביים מחותן הרה"ג רבי שלמה קוטיינער, ווי אויך איז דער רבי ארויף צום שטוב פון הנגיד ר' בנימין שטראה וועלכע האט געצייגט פארן רבין פארשידענע אינטערסאנטע כתבי ידות אין היסטארישע חפצי קודש מאוצרו הטוב, פארנאכטס האט די רבי געדאווענט מנחה מעריב בבית האכסניא אין דערנאך ארויסגעפארן צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק קיין ארץ ישראל.


Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"