שמחה של מצוה נעמט אַרום חסידי סאטמאר מיט'ן באַנייאונג פון נייעם בית האופה אין וויליאַמסבורג

זונטאג פ' משפטים – כ"א שבט תשפ"ג

קול בחצרות – סאַטמאַרער חסידים וואונטשן מיט פרייד און עקסטאַז אַ "ברכת שהחיינו" צו די באַנייאונג פונעם פּרעכטיגן מהודר'דיגע בית אופה דסאַטמאַר אין וויליאַמסבורג וואָס איז בשעטומ"צ באַנייט געוואָרן ברוב פּאר והדר דעם זונטאָג יתרו העעל"ט.

די שפּאָגל-נייע מצה בעקעריי טראָגט מיט זיך אַ ספּעציעלע באַדייט זייענדיג אַ אייגן אָפּגעקויפטע "סאַטמאַר מצות" לאָקאַל, אַנדערש ווי די ביז יעצטיגע לאָקאַל וועלכע איז נאָר געווען געדינגען, און אַצינד האָט מען ב"ה זוכה געווען צו באַנייען דעם נייען לאָקאַל אויף 38 לאָקאָסט סטריט קאָר. בראָדוועי אין צענטער פון שטאָט וויליאַמסבורג

נאכדעם וואס דער ביז יעצטיגער בעקעריי איז שוין געווען אויסגענוצט ביז'ן מאַקסימום אָן קיין אָפּציע פון זיך פאַרברייטערן האבן די חברי הנהלה פונעם מצה בעקעריי שוין פאר אַ שיינע פאר יאָר זיך אומגעקוקט אויף פאַרשידענע פּאַסיגע אָפּציעס אָפּצוקויפן אַ אייגענעם רחבות'דיגע בנין זיך צו קענען אויסברייטערן און אַהערשטעלן די סדר אפיית המצות לויט'ן געברויך.

מיט גרויס סייעתא דשמיא האָט מען פאריאהר געטראָפן דעם נייעם בנין, וועלכע האָט גאָר אַסאַך מעלות טובות פאַר'ן מצה בעקעריי, זייענדיג גרויס און מיט אַ הויכע לופטיגע דאך, און אַלעס איז סטאַנציאָנירט אויף איין שטאָק אונטער איין דאַך. נאָכן אויסמושעסן בכובד ראש אַלע דעטאַלן פון די נייע בנין און די פּלענער דאָס אַהערצושטעלן, און מיט אַ בליק אויף פאָראויס צו קענען אַהערשטעלן די געברויך אויף די קומענדיגע יאָרן מיט די בליה און וואוקס פון די חברי הקהלה, האָט די הנהלת הקהלה געשטימט אָפּצוקויפן די מצה בעקעריי, און די הנהלת הקהלה אינאיינעם מיט די הנהלת בית האופה זענען אַריבערגעגאַנגען לביתו נאוה קודש פון כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א מהר"א, ווי מ'האָט איבערגעגעבן פאַר'ן רבי'ן שליט"א די פּלענער אָפּצוקויפן דעם נייעם בנין, און דער רבי שליט"א האָט זיך פאַראינטערעסירט איבער אַלע פּרטים און מיט אַ שטאַרקע קורת רוח געוואונטשן ברכת קדשו צום מקח, וואָס באַלד דערויף האָט מען געשלאָסן אַ קאָנטראַקט אויפ'ן נייעם בנין

הגה"צ אבד"ק סאַטמאַר וויליאַמסבורג שליט"א וועלכע איז עומד ומפקח אויף די מצה בעקעריי איז אַרומגעגאַנגען אין באַגלייטונג פון די חברי הנהלה צו פילע בעקערייען פון מערערע קהלות הקודש איבער גרעיטער ניו יארק, צו זען פאַרשידענע פּראַקטישקייטן און חומרות וואָס מ'קען אַריינשטעלן ביים בויען די נייע מצה בעקעריי, דערנאָך איז מען געזעצן אינאיינעם מיט'ן רב שליט"א אויסצואַרבייטן די פּונקטליכע אויסשטעל פאַר'ן נייעם מצה בעקעריי אַז עס זאָל זיין געבויעט אויפ'ן שענסטן פאַרנעם מיט אַלע חומרות והידורים

נאך לענגערע חדשים פון רענאוואציע ארבעט האט מען אין די לעצטע וואָכן פאַרענדיגט די גאַנצע אַרבייט כליל בהדרו זייענדיג אַ פראַכט און כלילת יופי, און גאָר אַ שטאַרקע חידוש אין די וועלט פון מצה- בעקערייען. נאָך עטליכע וואָכן פון אויסשטאַפירן דעם נייעם בעקעריי מיט אַלע נוטיגע צוגעהערן, און די פאַרצווייגטע מופן פאַזע, האָט מען בסייעתא דשמיא דעם זונטאָג יתרו יום ראשון למלאכה אָנגעהויבן פולשטענדיג "מצות באַקן" אינעם נייעם בעקעריי מיט גרויס הצלחה בשעטומ"צ

אין די קומענדיגע טעג איז געפּלאַנט אַ ערהאַבן מעמד חנוכת הבית וקביעת מזוזה אויפ'ן נייעם מצה בעקעריי וועלכע וועט געפּראַוועט ווערן ברוב פּאר והדר בראשות פון כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"