עיני עמך בם תלויות | האד' מוויז'ניץ וועט דורכגיין קאמפליצירטע אפעראציע

מוצש"ק פ' יתרו ה'תשפ"ג

קול בחצרות – היינט מוצאי שבת נאך שלש סעודות האט מרן האד' מוויז'ניץ שליט"א משמיע געוועהן קורצע דברות קודש פאר די חסידים זיך באציענדיג צו זיין מצב הבריאות אין אן ערנסטע אפערארציע וואס דער רבי שליט"א וועט דארפן דורכגיין דער וואך אויפן קאפ, אין אפעלירט צו די חסידים מתפלל צו זיין לרפאותו השלימה והמהירה

דער רבי האט אנגעהויבן מיט א תורה וואס אביו הרה"ק בעל ישועות משה מוויז'ניץ זצ"ל האט געזאגט איידערן אפרייזן קיין באסטאן אויף א אפעראצי, בשנת תשמ"ו דער רבי האט אויסגעפירט אז ער דארף מארגן זינטיג דורכגיין א אפעראציע אויפן קאפ אין אז די פראפעסארן זאגן אז ס'איז אויף א גרינגער אופן אין מדארף נישט זיין דערשראקן, דער רבי האט מסיים געוועהן בברכת קדשו עס זאל טאקע זיין אויף א גרינגן אופן אין ווער עס קען זאל מתפלל זיין לרפאותו

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"