הויפט בלאט באריכט בשמחת צדיקים תעלוץ קרית הישיבה

בשמחת צדיקים תעלוץ קרית הישיבה

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' יתרו ה'תשפ"ג

קול בחצרות – חסידי תולדות אהרן גרייטן זיך מיט התרגשות צום גרויסארטיגן און ערשטמאליגן שמחת החתונה בחצר הקודש, די חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וואס וועט אין א היסטארישע דורכברוך פארקומען אויף אן ערשטמאליגע פארנעם אין די הערליכע בנין הישיבה דחסידי תולדות אהרן אין שטאט אלעד.

די שמחת החתונה וועט בעז"ה געפראוועט ווערן דעם קומענדיגן מיטוואך פרשת תרומה ראש חודש אדר, עס וועט גיין אונטער די חופה די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, בת לבנו הגה"צ ר' מנחם נחום קאהן שליט"א רב דקהל תולדות אהרן אין גבעת ירושלים בית שמש, איידעם ביי הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' שמעון נתן נטע האראנטשיק שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מנחם האראנטשיק שליט"א מלעלוב, און איידעם ביי הגה"צ ר' מתתיהו דייטש שליט"א גאב"ד רמת שלמה.

ווי ברייט באקאנט האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ארויסגעפירט די ישיבה מחוץ לעיר, וועלנדיג אוועקשטעלן א ריכטיגע אכסניא של תורה ווי די בחורים זאלן שטייגן בתורה וביראה ווייט אוועק פון די רוישיגע שטאטישע גאסן. נאך א לענגערע בוי פראיעקט צו פארענדיגן דעם הערליכן בנין הישיבה אין שטאט אלעד, האט זיך די ישיבה אריבערגעצויגן דעם אנהייב שנת הלימודים צום נייעם בנין, אריינברענגענדיג א פרישע התחדשות צווישן אלע תלמידי הישיבה.

א גאר פריידיגע בשורה האט איבערראשט אלע בחורים אין ישיבה, הערנדיג אז די קומענדיגע חתונה בחצר הקודש תולדות אהרן וועט געפראוועט ווערן ביי זיי אין ישיבה, די היכל הישיבה וואס איז גענוג גרויס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור, וועט פארוואנדלט ווערן אין א הערליכע זאל וואו דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועט פראווענען די שמחת החתונה במעון קדשו.

אין די יעצטיגע טעג טוען די עסקנים ארבעטן פיבערהאפטיג רונדע דעם זייגער אהערצושטעלן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, סיי די טראנספארטאציע מיטלען פאר אלע חסידים פון ירושלים און בית שמש און די אנדערע שטעט, די שמחת החתונה פאר די פרויען וועט פארקומען אין זאל עטרת פרידמאן אין שטאט אלעד, וואס געפונט זיך בשכינות פון די בנין הישיבה, און אלע פרטים וואס פארלאנגט זיך אהערצושטעלן לקראת די ערשטע חתונה וואס חצר הקודש תולדות אהרן וועט פראווענען אין שטאט אלעד.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00