האד' ממכנובקא בעלזא אין ניו יארק

קול בחצרות – כ"ק האד' ממכנובקא בעלזא שליט"א האט נעכטן אין לויף פונעם טאג באזוכט אין מאנסי ביי כ"ק האד' מזוועהיל שליט"א, נאכן באזוך האבן זיך די רבי'ס פארשפארט ביחידות אין דערנאך האט דער זוועהיל'ער רבי ארומגעוויזן דעם רבין בבית מדרשו הגדול והחדש אין מאנסי וועלכע האלט שוין ביי די לעצטע שטאפלען צו פארענדיגט ווערן, שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען קיין שיכון סקווירא אויף א באזוך אין שטוב פון הנגיד ר' אביגדור עסטרייכער מראשי קהילת סקווירא וועלכע האט זיך אנגערופן מיט א סכום הגון לטובת די היכלי הקודש די נייע ביהמ"ד הגדול אין בני ברק, פארנאכטס איז דער רבי ארויסגעפארן קיין לעיקוואד, ביים אנקומען האט די רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד בנן של קדושים רבי מרדכי שפירא, שפעטער אויפדערנאכט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי שאר בשרו הנגיד ר' נחום רוקח, ער האט געוויזן פארן רבין עטליכע ירושה חפצים צווישן זיי א בעכער פון זיין זיידן הרה"ק רבי משה מאקארוב'ער זי"ע א זוהן פונעם ערשטן בעלזער רב דער שר שלום אין מכבד געווען דעם רבין צו טרינקען אינעם בעכער, היינט דורכן טאג וועט דער רבי שליט"א ארויפגיין לבתי נדיבים בעם אין לעיקוואד

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"