ערשטע בילדער פון חתונה בבית וויז'ניץ – תולדות אברהם יצחק – קאלוב

קול בחצרות – ביים מעמד החופה בשמחת בית וויזניץ – תולדות אברהם יצחק – קאלוב ברחובה של עיר אין קרית מלך רב קרית וויזניץ בני ברק, איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די עלטער זיידע מצד החתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, קריאת הכתובה די זיידע הגה"צ רבי אליעזר צבי טויב אב"ד קאלוב ביתר, ברכות ראשונות די זיידע מצב הכלה הגה"צ אב"ד נירבאטור שליט"א און ברכה אחריתא די זיידע מצד החתן הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים און די זיידע'ס האדמו"רים שליט"א האבן אנגעוונטשן מברכת קדשם פאר ריזן ציבור הנאספים, ביים חופה האט זיך אויך אנגעזעהן די פעטער כ"ק האד' מוויז'ניץ לאנדאן שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן צו די חתונה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"