הויפט בלאט באריכט נייע ביהמ"ד דחסידי לעלוב אין לאנדאן

נייע ביהמ"ד דחסידי לעלוב אין לאנדאן

געשריבן דורך admin123
Blog Image

אין לאנדאן איז דעם שב"ק געעפנט געווארן א נייע בית מקדש מעט, בית המדרש דחסידי לעלוב, תחת נשיאותו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון צפניה

אין די לעצטע שטיק צייט האבן זיך צוזאמגעקליבן א שיינע קבוצה חסידי ואוהדי בית לעלוב בעיר הבירה לאנדאן, און אצינד איז געגרינדעט געווארן דעם לעלוב'ער שטיבל, בברכתו ועידודו פונעם רבי'ן שליט"א. אלס רב הביהמ"ד האט דער רבי ממנה געווען זיין זון הרה"צ ר' אלעזר מענדיל בידערמאן שליט"א, וועלכער איז אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מליעזש לאנדאן שליט"א

דעם שבת קודש פרשת בשלח איז געעפנט געווארן די טויערן פון די נייע בית המדרש, אין א הערליכע לאקאל אויף די סטעמפארד הילל גאס, אין צענטער פונעם ווירבלענדיגן שטאט, אין שבת אינדערפרי איז געפראוועט געווארן א גרויסארטיגע קידוש לרגל די פתיחת הביהמ"ד

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00