האד' מסאדיגורא-ירושלים באזוכט אין די מוסדות התורה אין אנטווערפען

כ"ק האד' מסאדיגורה-ירושלים שליט"א איז ווי געמאלדן אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין דער שטאט אנטווערפען, נעכטן צופרי איז דער רבי אנגעקומען אויף תפילת שחרית אין די טשארטקוב'ער קלויז אין נאכן דאווענען זענען די מתפללי ביהמ"ד דורך שלום נעמען, אין לויף פונעם טאג האט די רבי באזוכט אין די מוסדות התורה והחינוך אין שטאט, דאראונטער די שטאט'ישער תלמוד תורה אין די וויז'ניצער תלמוד תורה אין די ישיבה קטנה ווי דער רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים, אויך האט די רבי באזוכט ביי שאר בשרו הרה"צ רבי דוב בער פרידמאן מטשארטקוב אנטווערפען אין ביי הרה"צ רבי יחיאל יהושע רבינוביץ אב"ד שפיקוב אנטווערפען, היינט דורכן טאג איז אריבערגעקומען אויף ביקור גומלין אינעם רבינס אכסניא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען אין הגאון רבי זעקל פאללאק דומ"ץ מחזיקי הדת אנטווערפען, נאכמיטאג האט זיך די רבי צוריק געקערט למעונו אין ירושלים עיה"ק

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"