האדמו"ר מסאטמאר אין וויליאמסבורג

פארגאנגענעם מיטוואך נאכט האט כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א געלאנדעט אינעם טעטער – בארא עירפארט, נאכן וויילן די לעצטע דריי וואכן אין פלאם ספרינגס קאליפארניע אויף אפרוה, דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מעריב אין עירפארט אין דערנאך אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג צום שטוב פון חתנו הגה"צ רבי חיים הערש טייטלבוים אב"ד סיגוט ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען מחותנו הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א ע"פ אשתו הרבנית ע"ה און אירע ברודערס האדמו"רים והרבנים שליט"א

דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א – מגי"ש אין די סאטמאר קהילה אין וויליאמסבורג לרגל נישואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס.

דערנאך איז דער רבי צוריק לבית האבלים ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א און די קינדער אויף א פריוואטע פארנעם.

אין פון דארט האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג לביתו נאוה קודש אין קרית יואל


Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"