הויפט בלאט באריכט האד' מטאהש אנגעקומען קיין ניו יארק לרגל חתונה פון אן איינקיל

האד' מטאהש אנגעקומען קיין ניו יארק לרגל חתונה פון אן איינקיל

געשריבן דורך admin123

דינסטאג פ' בשלח ט' שבט ה'תשפ"ג

קול בחצרות – כ"ק האד' מטאהש שליט"א איז נעכטן מאנטיג אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק לרגל די חתונה פון אן אייניקל וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט, נאכמיטאג האט דער רבי מנחם אבל געווען ביי משפחת פינקוס אין בארא פארק על פטירת הרה"ח ר' פנחס פינקוס ז"ל מחשובי חסידי טאהש אין בארא פארק, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס פון זכרונות ווען הרה"ק מטאהש זי"ע איז איינגעשטאנען דארט אין שטוב, און די רבי האט געצינדן ליכט לעילו נשמתו.

שפעטער ביינאכט בעת די זמני כניסה האט די רבי אויפגענימען די נגידים וועלכע האבן זיך אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, לטובת דער מגבית צו רענאווירן דעם טאהש'ער ביהמ"ד תפארת משולם פייש אין ווילאימסבורג

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00